ב"ה, י"ג ניסן תשכ"ו
ברוקלין.
מרת..תחי'
ברכה ושלום!
דערמיט באשטעטיג איך די ערהאלטונג פון אייער בריף, בקשת ברכה פ"נ, פון 30/3. און בעת רצון וועט עס געלייענט ווערען אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
בברכת חג הפסח כשר ושמח,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר
נ.ב.
אין ענטפער אויף אייער פראגע, אז ס'איז ניט פארשטענדליך דאס וואס עס האט פאסירט לעצטענס אין אייער משפחה א.א.וו.
ווי שוין גערעט בא אייניגע געלעגענהייטען, איז גאר קיין וואונדער ניט, אויב א מענש פארשטייט ניט די פירונג פון השם יתברך, אין געגענטייל עס וואלט געווען א ווא[ו]נדער און גאר א גרויסער, אויב מען וואלט יע פארשטאנען, און ווי באוואוסט דער משל אין דעם, אז א קינד וועלכער גייט נאך אין קינדער גארטען, זאל באגרייפען און באנעמען די טעמים פון די לאנד געזעצען לויט וועלכע עס פירט זיך די לאנד, און די אורטיילען וועלכע ווערען ארויסגעגעבען פון העכסטען לאנד געריכט (טריבונאל) וכו'.
אפילו ווען דער קינד זאל זיין א ווא[ו]נדער קינד, האט נאך ניט פאסירט אין דער היסטאריע אזא זאך, חאטש די איצטיגע פירער פון לאנד און די העכסטע ריכטער פון לאנד, זיינען אויך געווען זיינער צייט אין דעם עלטער פון קינד, פון קינדער גארטען, און דער קינד וועט מיט דער צייט פילייכט גרייכן און שטייגען אין וויסענשאפט און פראקטיק מער פון די איצטיקע עלטער[ע]. טא ווי קען מען דאס פארגלייכען ווען עס רעט זיך וועגען א מענשן, מיט השם יתברך, אז זיין שכל זאל זיין [מסוגל צו] באגרייפען און באנעמען די פירונג פון דעם הע[כ]סטן געריכט איבער אלעס און אלעמען, דער באשעפער פון דער וועלט. און האפענטליך אז ס'איז ניט נויטיג צו-צוגעבן נאך צו דעם אויבען געשריבענע.
ס'איז נאר דא אייניגע זאכען וואס השם יתברך האט געוואלט און האט אנטפלעקט, און אזוי אויסגעשטעלט, אז אויך דער מענשליכער שכל זאל באנעמען און באגרייפען זיין פירונג.
נאך איז דא צו-צוגעבען, אז אלץ וואס מער מען פארלאזט זיך אויף דער [ר]יינער אמונה און בטחון אין השם יתברך, אלץ מער זעהט זיך אן און מען פארשטייט מיט שכל די פאסירונגען אין וועלט בכלל און אין אינד[י]ווידועלען לעבן בפרט.
און השם יתברך זאל אייך בענשן אין דעם אלץ וואס איר נויטיגט זיך, און פון די הויפט זאכען, אמת'[ע] מנוחת הנפש (אינערליכע רוהיגקייט און הארמאניע) און זאל זיך איינארדנען אין לעבען, ווי גוט ס'איז פאר אייך אין אלע הינזיכטען, ביז אין א טוב הנראה והנגלה (א גוטס און אנזעהעוודיקע און פארשטענדליכע אויך פארן מענשליכען שכל).
און די טאג טעגליכע אויפפירונג לויט די אנווייזונגען פון אונזער הייליקער תורה, וועלכע רופט זיך, תורת חיים, א לעבעדיקע תורה און ווייזט אן ווי צו לעבען, איז די וועג און אויפנאמס פעאיקייט צו באקומען די ברכות פון השם יתברך.