Letter # 1279

ז' כסלו, תשי"ב

1279 - Spiritual Vessels for Healing and Strength

The Rebbe assures he will read a pan at the ohel and explains that blessings require proper vessels. He encourages daily tefillin, Tehillim, and consistent tzedaka as spiritual means to bring improvement in health and renewed strength.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ז' כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

...ווען איך וועל זיין אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך לייענען דעם פדיון נפש פאר אייך און איך האף אז ער - מיין שווער - וועט מעורר רחמים רבים זיין אז אייער געזונט זאל אנהויבען בעסער ווערען און זאל גיין וואס אמאל בעסער און בעסער.

זיכער ווייסט איר, אז צו באקומען א ברכה פון השם יתברך דארפמען האבען כלים, און דעריבער וויל איך אייך פארשלאגען, אז איר זאלט זיין אפגעהיט ספעציעל אין לייגען תפילין אלע טאג (אויסער שבת און יום טוב) וואס די תפילין של יד, וועלכע מען לייגט קעגען דער הארץ, בריינגט געזונט צו הארץ, און די תפילין של ראש, וועלכע מען לייגט קעגען דעם מוח, וואס דער מוח פירט אן מיטן גאנצען קערפער דורך די נערווען, בריינגט דאס געזונט צום גאנצען קערפער, און אויך צו זאגען אלע טאג א פאר קאפיטלעך תהלים, און געבען אלע טאג א געוויסען סכום אויף צדקה, בלי נדר ביז דעם קומענדען פסח הבע"ל, זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז גוט צו געבען צדקה אויך שפעטער, אבער לכל הפחות ביז פסח זאל[ט] איר היטן צו טאן דאס, און איך האף צו הערען פון אייך א בשורה טובה, אז אייער געזונט בעסערט זיך, און אז די דאקטוירים זיינען צופרידען פון אייער געזונט צושטאנד.

 

בברכת רפואה קרובה.