Support Torah
Recordings

8 Adar 1 - ח אדר ראשון

HaYom Yom – 8 Adar I

Prev Search
0:00 0:00
Next

ח אדר א

דעֶר אַלטעֶר רֶבִּי האָט אַמאָל אַרַיינְגעֶרוּפעֶן אַ יוּנְגעֶרמאַן פוּן דעֶם מַגִּיד'ס תַּלְמִידִים, אוּן האָט אִיהם געֶזאָגט - מִיט אַ נִיגּוּן, כְּדַרְכּוֹ - : "אִיד האָבּ אַ מִצְוָה פוּן וְלִּמַדְתֶּם אוֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם, דוּ האָסט אַ מִצְוָה פוּן זָן וּמְפַרְנֵס בְּנֵי בֵיתוֹ, לְאָמִיר זִיך בַּייטעֶן: אִיד וועֶל דִיר געֶבּעֶן דוּ זאָלְסט קעֶנעֶן מְקַיֵּים זַיין דַיין מִצְוָה, אוּן דוּ לעֶרעֶן מִיט מַיין זוּן - דאָס אִיז געֶוועֶן דעֶם מִיטעֶלעֶר רֶבִּי -.

אוּן האָט אִיהם מְבַאֵר געֶוועֶן סֵדֶר הַלִּימּוּד: דְּאָס עֶרשְׁטעֶ לעֶרעֶנְט מעֶן אוֹתִיוֹת א. בּ. ... וואָס אִיז אַן אַלֶף - אַ פִּינְטעֶלעֶ פוּן אוֹיבּעֶן, אַ פִּינְטעֶלעֶ פוּן אוּנְטעֶן, אוּן אַ קַו בְּאֶמְצַע - דאָס אִיז אַן אַלֶף.

אַ קִינְד מוּז ווִיסעֶן, אַז דעֶר אַלֶף פוּן תּוֹרָה אִיז דעֶר יוּד פוּן אוֹיבּעֶן דעֶר יוּד פוּן אוּנְטעֶן מִיט דעֶם קַו פוּן אֱמוּנָה וואָס בּאַהעֶפְט זֵיי.

נאָך אַ נוּסְחָא אִיז דָא: "אַ יוּד לְמַעְלָה דאָס דִי נְשָׁמָה, אַ יוּד לְמַטָּה דאָס אִיז דעֶר גּוּף אוּן אַ קַו שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם בְּאֶמְצַע".

ח אדר שני

Leave Feedback