Enjoying this page?

Mamer chapter 2 in yiddish

פֵּרֶק שני

וּבֵּיאוּר עִנְיָן מַעֲלַת הַתּוֹרָה וֶועט מֶען דָאס פַארְשְׁטֵיין פוּן מַּאֲמַר רַזַ"ל אַלְפַּיִם שָׁנָה קָדְמָה תּוֹרָה לָעוֹלָם, וָואס דֶער פְּשַׁט פוּן קָדְמָה מֵיינְט נִיט קְדִימָה אִין זְמַן, וֵוייל זְּמַן אוּן מָקוֹם זַיינֶען דָאך בֵּיידֶע  מְחוּדָּשִׁים. אוּן פַאר בּרִיאַת העולם איז דאך בְּחִינַת הַזְּמַן אויך ניט געווען. נאר קְּדִימָה מיינט קְדִימָה אין מַּעֲלָה אז תורה איז העכער פון וועלט.

וַוייל דֶער שׁוֹרֶשׁ וּמָקוֹר הָעוֹלָמוֹת אִיז פון בְּחִינַת מִדּוֹת. ווִי עֶס שְׁטֵייט שֵׁשֶׁת יָמִים עָשָׂה און עֶס שְׁטֵייט נִיט בְּשֵׁשֶׁת, נָאר דִי שֵׁשֶׁת יָמִים זַיינֶען דָאס דִי  שִׁשָּׁה מִדּוֹת עֶלְיוֹנוֹת אוּן שֵׁשֶׁת יָמִים עָשָה מֵיינְט אַז דִי שִׁשָּׁה מִדּוֹת עֶלְיוֹנוֹת זַיינֶען נִשׁפל געווארן אין די בחינה פון עֲשִׂיָּה.

וואס דאס איז וואס דער אנפאנג פון די עֲשָׂרָה מַאֲמָרוֹת איז בְּרֵאשִׁית וואס דאס איז בָּרָא שִׁית , וואס דער פשט פון בָּרָא שִׁית איז עַל דֶּרֶךְ ווי עס שטייט  עוֹלָם חֶסֶד יִבָּנֶה וואס אין דעם זיינען דא צוויי  פֵּירוּשִׁים, איין פירוש איז אז בִּכְדֵי עס זאל נתהווה ווערן עוֹלָמוֹת איז דאס דורך מִדַּת הַחֶסֶד וואס אט די מדה איז אָזִיל עִם כּוּלְהוּ יוֹמִין . 

און דער צווייטער פירוש איז אז מ'דארף בויען די מִדַּת הַחֶסֶד און עַל דֶּרֶךְ זֶה איז בְּרֵאשִׁית בָּרָא שִׁית וואס דאס איז בִּנְיַן הַמִּדּוֹת בִּכְדֵי עס זאל זיין א מָקוֹר אויף עולמות בְּרִיאָה-יְצִירָה-עֲשִׂיָּה.

אבער די תורה איז קָדְמָה לָעוֹלָם , ווייל אוֹרַיְיתָא מֵחָכְמָה נָפְקַת, תורה נעמט זיך פון חָכְמָה, און בְּחִינַת  מּוֹחִין זיינען אִינְגַאנְצְן נישט שייכות צו די עוֹלָמוֹת , און אויך ווען ס'איז ניטא צו וועמען מַשְׁפִּיעַ זיין א דְּבַר שֵׂכֶל קען ער זיצן פאר-זיך, און טראכטן הַשְׂכָּלוֹת . אנדערש איז אבער בְּחִינַת הַמִּדּוֹת. עַל דֶּרֶךְ מָשָׁל מִדַּת הַחֶסֶד,  אז ווען עס איז ניטא צו וועמען משפיע זיין טוֹב וְחֶסֶד, ווערט דאך די גאנצע מִּדָּה בָּטֵל און אזוי ווי זי וואלט אינגנצן נישט געווען, אזוי ווי מיר געפינען אין פסוק וואס שטייט ביי אַבְרָהָם אבינו, "וְהוּא יוֹשֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל כְּחוֹם הַיּוֹם", וואס דאס וואס ער איז געזעצן פֶּתַח הָאֹהֶל , איז געווען, ווייל ער האט געזוכט עוֹבְרִים וְשָׁבִים כדי ער זאל האבן צו וועמען מַשְׁפִּיעַ זיין חֶסֶד , ווייל אן א מקבל פארלירט זיך די גאנצע פעולה פון מַּשְׁפִּיעַ.

און עַל דֶּרֶךְ זֶה וועט מען פארשטיין לְמַעְלָה, וואס עס שטייט "זְכוֹר רַחֲמֶיךָ וַחֲסָדֶיךָ כִּי מֵעוֹלָם הֵמָּה", אז די בחינה פון רַחֲמִים וְהַחֲסָדִים האבן א שייכות צו עוֹלָמוֹת, און ווי אויבן-גערעדט אין דעם ענין פון "כִּי אָמַרְתִּי עוֹלָם חֶסֶד יִבָּנֶה", און ווי מען האט געטייטשט אז מ'דארף בויען מִדַּת הַחֶסֶד , ווייל אָן הִתְהַוּוּת העלמות דארף מען דאך ניט די מִדַּת הַחֶסֶד , ווייל מיט וועמען וועט ער טאן חֶסֶד.

און דאס איז וואס דער עֵץ חַיִּים הויבט אן "כְּשֶׁעָלָה בִּרְצוֹנוֹ הַפָּשׁוּט לְהֵטִיב לִבְרוּאָיו", וואס דאס איז מִצַּד טֶבַע הַטּוֹב לְהֵטִיב, וואס דאס איז די הַשְׁפָּעַת הַחֶסֶד וואס ווערט נמשך פון בחינת כִּי חָפֵץ חֶסֶד , וואס דאס איז דער חֶסֶד שֶׁבְּחֵפֶץ הוי', .

אבער פון בְּחִינַת מּוֹחִין איז נישט נִמְשַׁךְ געווארן אין בְּרִיאַת הָעוֹלָם. און כאטש די רַזַ"ל זאגן "בַּעֲשָׂרָה דְבָרִים בָּרָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹלָמוֹ בְּחָכְמָה וּבִתְבוּנָה וּבְדַעַת", און אין ספר יְצִירָה שטייט "בִּשְׁלֹשָׁה סְפָרִים כו' בְּסֵפֶר וְסוֹפֵר וְסִיפּוּר", און ווי עס רעדט זיך אין מאמר וּשְׁאַבְתֶּם , אז סּוֹפֵר מיט א וָא"ו איז חָכְמָה און סֵפֶר אן א וָא"ו איז בִּינָה, אזוי ווי דער סּוֹפֵר וואס שרייבט א סֵּפֶר, פודעסטוועגן, דאס וואס ווערט נמשך אין מִדּוֹת איז דאס נאר בְּחִינַת מוֹחִין שֶׁבַּמִּדּוֹת אבער נישט מוֹחִין בְּעֶצֶם.  אבער אוֹרַיְיתָא מֵחָכְמָה נָפְקַת, תורה נעמט זיך פון מוֹחִין בְּעֶצֶם . דערפאר איז אַלְפַּיִם שָׁנָה קָדְמָה תּוֹרָה לָעוֹלָם [וואס דאס איז אֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה אֲאַלֶּפְךָ בִּינָה, וואס זיי זיינען די בחינה פון מוֹחִין, זיינען זיי העכער פון עולם וואס איז מִדּוֹת , און דאס איז אַלְפַּיִם כו', וואס אַלְפַּיִם איז פון לשון אֲאַלֶּפְךָ].