Letter #6123

6123

Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ' אדר, ה'תשח"י

ברוקלין, נ.י.

לכבוד המתפללים בבית הכנסת עדת ישראל במאנשסתר,
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה, אז אייער שול האט זיך

איינגעארדענט אין איר נייער היים בשעה טובה ומוצלחת, און אזוי ווי מיר זיינען איצט אין דער צייט צווישן פורים און פסח, אין די חדשים פון שמחה און גאולה, ווינש איך אייך, אז עס זאל זיין בא אייך עבודת ה' בשמחה, עבודה זו תפלה, וואס דער ענין פון תפלה איז אויך יציאת מצרים וגאולה, ווי עס ווערט דערקלערט אין תורת החסידות, און האפנטלעך וועט אייער בית הכנסת זיין אויך א בית המדרש צו לערנען תורה וחסידות, ניט נאר שבת און יום-טוב נאר לכל הפחות עטלעכע מאל אין דער וואך אויך, כדי אריינצוברענגען פון דער קדושה אויך אין די וואכעדיקע טעג און אלע ענינים פון טאג-טעגלעכן לעבן.

ספעציעל וויל איך אייך ווינשן דאס וואס האט זיך גערעדט היינטיקן פורים אויף דעם ענין פון "ורבים מעמי הארץ מתיהדים", וואס אויסער דעם ענין כפשוטו, איז פאראן א טיפערע באדייטונג אין דעם פאר יעדן אידן. ווארום וויבאלד אז דאס לעבן איז א נשמה בגוף, זיינען פאראן ענינים מצד הגוף וואס אין זיי דריקט זיך אויס דער ענין פון "עמי הארץ", דאס זיינען ענינים פון אכילה ושתי', מסחר און בכלל צרכי הגוף. פאדערט די תורה אז א איד זאל זיך אויסטיילן ניט נאר בשעת ער לערנט תורה, דאוונט און איז מקיים מצוות, נאר אויך אין דער צייט פון מסחר, אכילה ושתי' וכו': דער מסחר זאל זיין על פי תורה, בכשרות, אן השגת גבול, אן לשון-הרע אויף א קאמפעטיטאר וכדומה, און דאס עסן און טרינקען זאל אויך זיין על פי תורה, אין דער ריכטיקער מאס און מיט דער ריכטיקער כוונה, נוסף אויף כשרות פארשטייט זיך, און דאס איז בכלל דער ענין פון "בכל דרכיך דעהו", ווי עס ווערט דערקלערט אין רמב"ם און טור שו"ע או"ח סי' רל"א.

הויבט זיך אן דער טאג בא א אידן מיטן דאוונען - מיט די ברכות השחר אין דערהיים און תפלה בציבור אין בית-הכנסת, און נאך דער תפלה א שיעור אין תורה און דערנאך הויבן זיך אן די עננים פון בכל דרכיך (טור שו"ע או"ח סי' קנ"ה, קנ"ו). דערפון איז פארשטאנדיק אז דער בית הכנסת דארף זיין אזוי איינגעשטעלט, אז די השפעה זאל אריינדרינגען און באלויכטן די הנהגה א גאנצן טאג.

ויהי רצון אז בקרוב זאלט איר - פון דער נייער שול, וואס דאס איז א מקדש מעט, זוכה זיין בתוך כלל ישראל, גיין צום מקדש השלישי שיבנה - בגאולה האמתית והשלמה על ידי משיח צדקנו.

בברכת כל טוב,

מ. שניאורסאהן

ו'קכג

 

נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 408.

Leave Feedback