Letter #6114

6114

Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, י"ז אדר, תשי"ח

ברוקלין.

 

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון ט"ו אדר שושן פורים אין וועלכן דו שרייבסט וועגען דיין מצב ברוחניות, און פרעגסט עצות אין דעם וכו',

זיכער האסט דו בא דיר דעם ספר תניא, וועסט דו דארט געפינען א ענטפער אויף אלע דיינע שאלות, און געוויס האסט דו דעם תניא מיט דעם מפתח ענינים, וועלכער וועט גרינגער מאכען דעם זוכן.

וואס דו פרעגסט, מזה וואס עס ווערט דערציילט אין ספרים און אויך בעל פה, וועגען אזעלכע וואס אין די יונגע יארען זיינען זיי געווען עילוים און גדולים בישראל,

בכלל וואס איז די נוצען פון פרעגען קושיות, פארוואס אין דיעותיהם שוות, או בפרט ווי ערקלערט אין תניא ריש פרק ד' אז השגת התורה איז תלוי' ביכולת השגתו ושרש נפשו למעלה, און ווי ערקלערט אויך אין פרק ל' אויף דער משנה והוי שפל רוח בפני כל האדם, אז יעדער האט זיין מעלה לגבי דעם צווייטען, אזוי ווערט אויך דערמאנט אין אגרת הקדש סוף סי' ז' אז די הצלחה פון א באשטימטען מענשן אין א באשטימטער מצוה, איז דאס כך עלה ברצונו יתברך,

און עס וואונדערט מיר דער גאנצער שטעל דיינער, ווארום דער תכלית פון א מענשן איז ניט איבערשטייגען און זיין גרעסער פון דעם צווייטען, נאר ווי הודעת המשנה, אני נבראתי לשמש את קוני, און אויב הקב"ה וויל אז איינער זאל זיין גרויס אין מצות הצדקה און דער אנדערער אין תורה, וכיו"ב, דארף יעדערער אויספילען כוונת הבורא צו וואס עס איז באשטימט,

זעלבסט פארשטענדליך אז דאס איז נאר געזאגט בהנוגע (אגה"ק שם) צו זירוז והעדפה, אבער אלע אידען זיינען מחויב אין אלע תרי"ג מצות ותלמוד תורה כנגד כולם.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נ.ב.

 

זיכער ווייסט דו פון די דריי שיעורים דחומש תהלים ותניא הידועים און אלענספאל וועסט דו היטען זיי פון איצטער אן און ווייטער, און אויך געבען א פאר סענט אויך צדקה יעדער וואכען טאג אינדערפריה פארן דאוונען.

Leave Feedback