Letter #6095

6095

Audio for this shiur is coming soon

[ו' אדר, תשי"ח]

אין ענטפער אויף דיין בריוו פון ד' אדר, אין וועלכען דו שרייבסט, אז דו קענסט ניט אויך איצטער זאגען באשטימט אבער וכו',

וויבאלד אז עס איז דא א מעגליכקייט אז איר זאלט זיך נאר אמאל טרעפען, דארפמען זעהן - וואס פאר א ווירקונג וועט דאס האבען. וואס דענסטמאל וועסט דו קענען קלאהר מאכען דיינע געפילען, און נאכדעם באשליסען. און ווי געשריבען אין מיין פריערדיקען בריף - השם יתברך זאל דיר פירען אין דער וועג וואס גוט פאר דיר איז בגשמיות וברוחניות בטוב הנראה והנגלה.

ו'צה

 

נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 458.

Leave Feedback