Letter #6087

6087b

Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, ג' אדר, תשי"ח

ברוקלין.

 

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ז שבט מיט דאס בייגעלייגטע וועלכע זיינען איבערגעגעבען געווארען לויט אייער אנווייזונג,

ובעת רצון וועל איך מזכיר זיין אייך אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בכלל און בפרט צום געזונט בעסערונג לויט אייער שרייבין און אויך אייער פרוי שתליט"א

בהנוגע צו מחשבות וואס איר שרייבט וכו',

לויט ווי מיר האבען גערעט מערערע מאל, איז צו דעם איז א עצה שמחה, און לערנען משניות אויף אויסווייניג, און דעם משניות לערנען אויך בשמחה און אזוי אויך די אנדערע ענינים, און אויב פון אלע אידען פאדערט מען דאס און מען קען דאס באווייזען, על אחת כמה וכמה בא חסידים און בא די וועלכע האבען זוכה געווען צו נעמען איינטייל אין דער שטארקונג און ענטוויקלונג פון מוסדות הקדושים ווי ישיבות וכולל חב"ד וכו'.

ויהי רצון אז גאר אין גיכען זאלט איר סוף כל סוף מקיים זיין דעם ציווי התורה, עבדו את ה' בשמחה, או די התחלה זאל אזוי אנהאלטען א גאנץ יאהר און ווייטער.

בברכה לבשו"ט ולחג פורים שש ושמח.

Leave Feedback