Letter # 6078

None

6078

ב"ה, כ"ו שבט, תשי"ח

ברוקלין.

 

שלום וברכה!

...בא דער געלעגענהייט, מוז איך נעמען שטעלונג צו דעם שלוס פון אייער בריף, אז עס האט געדארפט אנדערש געשריבען ווערען, איך מיין דעם שלוס וואס איר שרייבט, אז זיי האבען ניט אויפגעטאן קיין שום ממשות כו' וכו',

ווי קען דאס א איד אפשאצען א אידישע הארץ, און זאגען מיט א זיכערקייט, אז ווען מען רעט צו איינעם דברי התעוררות, אז דאס האט זיכער ניט אויפגעטאן קיין ממשות'דיק? און נאך מער, אז תיכף גיט איר צו, אז דאס איז ניט נאר אייער פערזענליכע מיינונג, נאר אויך די מיינונג פון מערערע!

דאס איז ניט ריכטיג אפילו ווען מען זעהט ניט קיין ממשות'דיק אויף מארגען אדער איבערמארגען, ובפרט אז איך קען אייך איבערגעבען, אז מ'האט שוין געזעהן, און האף אז מ'וועט נאך זעהען, און הלואי וואלט מען געקוקט אויף אידען מיט דער רעכטער אויג וואלט דאס פארגרעסערט די דערנעהנטערונג פון אידען איינער צום אנדערן, און דאס וואלט פארגרעסערט די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס עס נויטיגט זיך יעדער איינער בתוך כלל ישראל, ווי דער דיוק הלשון פון שמונה עשרה, ברכנו אבינו (וויבאלד אז) כולנו כאחד, און ווי ערקלערט אין פילע ערטער, ווי גרויס איז דער ענין השלום.

איך וויל האפען, אז ס'איז ניט ווי איר שרייבט, אז דאס איז דער סענטימענט פון מערערע, נאר דאס איז נאר א פערזענליכע רעאקציע און לויטן מאמר חז"ל כיון שבא לכלל כעס וכו'.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

 

מזכיר