ב"ה, ח' שבט, ה'תשח"י
ברוקלין.
... צום יום ההילולא, יארצייט, פון שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע פרייטאג ערב שבת קודש פרשת שירה, וויל איך ווידער אמאל ערמוטיגען און מעורר זיין יעדערע פון די נשי ובנות חב"ד תחיינה, בתוך כלל ישראל, צו פארשטארקען זייער ארבעט פאר אידישקייט בכלל, און לויט דער פראגראם און אין די ראמען פון אייער סניף בפרט. פארשטארקען און אויך פארגרעסערן - לויט די אומשטענדן פון אונזער צייט, די לעצטע שעות פון פינצטערן און ביטערן גלות, עקבתא דמשיחא, וועלכע פארלאנגט א פארברייטערונג און פארטיפונג פון דער ארבעט פאר אידישקייט, דורכגעלויכטען און דורכגעדרונגען מיט חסידישע ליכט און ווארימקייט.
און ווי אין אלע וויכטיגע מאמענטען פון אונזער געשיכטע, אזוי אויך איצט, דארפן אידישע פרויען, לויט די אופנים און וועגן פון תורתנו הקדושה, נעמען אין דעם אן אקטיווען אנטייל.
אויך פון דער סדרה פון דעם טאג, פון פרשת שירה, לערנען מיר עס אפ. דער אבשלוס פון דער שירה - וואס אלעס גייט דאך לויטן סיום - איז די שירה פון מרים הנביאה. די שירה פון מרים בשמחה און כל הנשים פארפאלקאמט דעם ישיר משה ובני ישראל*.
דערמיט גיט די תורה הקדושה אן אנווייזונג פאר די אידישע פרויען פון אלע דורות, אז די אידישע פרוי האט א גרויסע פאראנטווארטלעכקייט און זכות אין די הייליקסטע מאמענטען און וויכטיקסטע געשעענישען אין דער געשיכטע פון אונזער פאלק.
קריעת ים-סוף איז געווען א צוגרייטונג צו קבלת התורה און צו דער ג-טלעכער אנטפלעקונג ביים בארג סיני. די אידישע פרויען האבען געהאט א וויכטיגען חלק אין דער צוגרייטונג.
אויך היינט שטייען מיר אויפן וועג צו דער ג-טלעכער אנטפלעקונג, על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו. די צוגרייטונג דערצו איז דורך תורה און מצוות אין דער באלויכטונג פון חסידות.
די ריכטיגע אריינטראכטונג אין דעם גרויסען זכות און גרויסער אחריות וועט זיכער געבען יעדער איינער פון אייך די נויטיגע דערמוטיקונג צו פארגרעסערען אייער ארבעט מיט שמחה און מיט חסידישער ווארימקייט און ליכטיקייט. יעדע איינע בא זיך אין שטוב און אין דער סביבה ארום.
און דערמיט ברענגט איר אויך אראפ די ג-טלעכע ברכות מצליח צו זיין אין אייערע ענינים פרטיים...
*) ערקלערט אויך אין דער שיחה פון אחרון של פסח, תרח"ץ (לקוט לח).