ב"ה, י"ז סיון, תשי"ז
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'[1]
שלום וברכה!
נאך א ליינגערן שווייגען איז אנגעקומען אייער בריף פון יום א' מיט דאס בייגעלייגטע,[2] וועלכעס - לויט אייער פארלאנג - ווערט דא צוריקגעשיקט.
און אזוי ווי איר בעט מיין מיינונג און באמערקונגען, איז ניט אריינגייענדיק אין די איינצעלהייטען, וואס זיכער בעפאר דער לאיער וועט זיך באנוצען מיט דעם, וועט ער דאס איבערקוקען און רעדאקטירען, עס זאל זיין אין איינקלאנג מיט דעם וואס ער וויל באלייכטען פאר דעם שופט, איז אבער נויטיג די אלגעמיינע באמערקונג, אז דעם גאנצען פרק ב' דארפמען באזייטיגען. מיין מיינונג פאר דעם איז א פארשטענדליכע, וויבאלד אז אין דעם ערשטען פרק בריינגט מען די מיינונגען פון אלע ארטאדאקסישע רבנישע קערפערשאפטען, אז זיי זיינען אלע איינהייטליך אין זייער מיינונג צו דער פראגע פון פרק ב', ווי אנגעצייכענט, איז איבעריג צו בריינגען ראיות צו זייער מיינונג. און וואס נאך וויכטיגער אז די ראיות קענען נאך שאדען, און איז פארשטענדליך פארוואס; אויף יעדער ראי' קען זיך דער צווייטער צד דינגען, און אויב אפילו די ראי' אליין וועט ער ניט קענען צודרייען, וועט ער אבער זיך מיהען צו געפינען א ראי' אויף פארקערט, און עס איז דאך באוואוסט דער ווארט, אז שערי תירוצים לא ננעלו. וואס נאך וויכטיג איז, אז מיט דעם אליין וואס מען בריינגט א ראי' צו די אויטאריטעטען פון די רבני'שע קערפערשאפטען, וכו' באקומט זיך ארויס צוויי זאכען: א) אז איר אליין נויטיגט זיך צו נאך וואס, אויסער דער פסק דין פון די רבנים, ב) אז איר דיינקט אז דער וואס זיצט אין קאורט, איז דער פאסענדען פוסק ארויסזאגען אויב די אגודות הרבנים וכו' איז גערעכט (וואס אפילו דער שופט אליין גלויבט ניט אז ער האט די רעכט אויף דעם), און דער עיקר וואס די זאך איז נגד השולחן ערוך, צו פרעגען בא א ניט אידען (אדער אפילו בא א אידן להבדיל, ניט קיין מוסמך) אויב ער איז מסכים מיט א פסק דין פון א רב, דאס איז דאך דער צוגאנג פון קאנסערוואטיזם און רעפארם!
און אנשטאט דעם פרק ב', דארפמען בעסער בריינגען גענויע דאטעס פון דעם פסק פון אגודות הרבנים וכו', אויב מעגליך דעם אריגינאל מיט א ענגלישע איבערזעצונג, און אויך דעם באווייז אז עס איז ניטא מער קיינע ארטאדאקסישע פאראייניגטע רבנים אויסער די וועלכע איר רעכענט אויס אין דעם פרק, און פארבינדען דאס מיט דער נקודה היסודית, אויף וועלכעס דער לאיער מוז באשטיין אויף דעם - אז זייענדיק א ארטאדאקסישע שול, איז פאר איר בינדינג נאר א פסק דין פון ארטאדאקסישע רבנים און ניט פון רעפארמער, אזוי ווי עס [איז] ניט בינדינג פארן שול א פסק דין פון גלחים, חאטש די לעצטע האבען א אמונה, דאגעגען די רעפארמער זיינען דאך כופרים בתורת משה, און האבען ניט קיין אנדער תורה להבדיל (ווארם דער ווארט תורה אליין, ווי עס ווערט אנערקענט אפילו פון ניט אידען, איז פארבונדען מיט תורה מן השמים).
איך בין צופרידען וואס איר בריינגט אויף זיך דעם משל, מקשה תעשה, וואס דערמיט נעמט איר אויף זיך די אחריות, אזוי ווי איר בריינגט די פסוקים וועגען חצוצרות ומנורה, וואס די זאך פון חצוצרות איז געווען צונויפרופען די אידען דורך משה רבנו וועלכער האט מקבל געווען תורה מסיני, און די מנורה איז געווען צו באלייכטען מיט די ליכטיקייט פון שמן קדש ניט נאר אין בית המקדש, נאר ווי די חז"ל זאגען אויף אין דער וועלט, והנמשל מובן, וככל היוצא מפיו יעשה, אויפהערען צו טענה'ן אז עס איז ניט אייער זאך, נאר נעמען אויף זיך דעם ענין פון חצוצרות און מנורה, האמערן און האמערן, ביז די זאך וועט אויסגעפירט ווערען. ויהי רצון מנותן התורה תורת אמת וועלכער איז אויך דער מנהיג העולם בכל המקומות ובכל הזמנים עס זאל אייך אנקומען פיל לייכטער ווי איר מיינט ובהצלחה גדולה.
בברכה לבשו"ט.[3]