Letter # 3746

ו' אלול, תשט"ו - לכל הנאספים במלוה מלכה מוצש"ק פרשת תצא במאנסעי, ובראשם הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה משה פנחס שי' הכהן[1] והוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר גרשון שי

3746 - Bikurim teaches us that success is attributed to Hashem, and even serve him with the mundane

Words of Torah make the meal a Seudas Mitzvah. A Chasidic gathering accomplishes more than even the angel Michoel.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ו' אלול, תשט"ו

ברוקלין.

לכל הנאספים במלוה מלכה מוצש"ק פרשת תצא במאנסעי, ובראשם הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה משה פנחס שי' הכהן[1] והוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר גרשון שי'
ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו דערוויסען זיך וועגען אייער צוזאמענקומען צו דער סעודה דדוד מלכא משיחא, וואס זיכער וועט מען ריידען בדברי תורה, וועט דאס זיין א סעודת מצוה, און עס איז דאך באוואוסט דער ווארט פון רבנו הזקן, דאס וואס עס קאן אויפטאן א חסידישער פארבריינגען קען מלאך מיכאל ניט אויפטאן (זעה באריכות קובץ אמירת תהלים).

באגרינדעט אויף דעם באוואוסטען ווארט, אז די סדרה פון דער וואך איז פארבונדען מיט די פערשידענע פאסירונגען פון דער וואך, און מען קען אויך ארויסבאקומען פון דער סדרה, אנווייזונגען אין דעם טאג טעגליכען לעבען - הנה דעם מוצש"ק פאנגט זיך אן די סדרה והי' כי תבא אל הארץ, וואו עס ווערט דערציילט די מצוה פון בכורים בריינגען, וועלכע באדארף'ן זיין פון די בעסטע פרוכט, וואס עס האט ארויסגעגעבען ארצנו הקדושה תבנה ותכונן במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו, ווען זי איז געווען א ארץ זבת חלב ודבש, און פון די ערשט פרוכט-צייטיגע פירות, בעפאר מען האט פאר זיך גענומען וואס פון די פרוכט, און מען האט דאס געבראכט אין בית המקדש, צו באדאנקען השם יתברך פאר דער ברכה וואס ער ברוך הוא האט אריינגעגעבן אין די פרוכט פן דער ערד. און די בכורים זיינען ניט געווען ווי אנדערע קרבנות, צו פארברענען אויפן מזבח, נאר צו אוועקגעבען זיי דעם כהן.

פון דעם לערנען מיר ארויס, אין די ביידע קצוות: אז די תבואה ופירות הארץ, וועלכע וואקסן אויס נאך דעם ווי מען האט געאקערט און געזייט און געשניטן, און אויך די אנדערע מלאכות וועלכע זיינען פארבונדן מיט דאס וואקסן פון פירות הארץ, האט מען די ערשטע בעסטע פון זיי, ניט גענומען פאר זיך, נאר געמאכט פון דעם - קדושה, מיט דעם אוועקגעבן דאס צום כהן. וואס געוויס צייטנווייז ערוועקט זיך א טענה, אז נאך דער גאנצער הארעוואניע און מי וואס מען האט אריינגעלייגט אין דעם, איז אויב אפילו מען דארף אוועקנעמען א טייל פון זיך און אוועקגעבען איוף הייליקע צוועקן, איז פארוואס דארף דאס זיין דוקא פון די בעסטע און שענסטע? אבער ווען מען טראכט זיך אריין אין דעם - קומט מען צו דעם פארשטאנד, אז די טענה קען זיין נאר, ווען עס פעלט די אמונה אז די פרי האדמה - נתת לי ה', און אז נאר כחי ועצם ידי עשה לי את החיל הזה. ובמילא נאכן אריינטראכטן - זעט מען אז דאס איז היפך פון אמונה פשוטה, וואס די אמונה פשוטה איז פאראן ביי אלע אידן אן אויסנאם, מען דארף נאר זי ארויסברענגען איז זי זאל אויך ווירקן אין דעם טאג-טעגלעכן לעבן.

די צווייטע זאך ארויס לערנונג פון דער זעלבער מצוה, איז וואס די פירות ווערן ניט פארברענט אויפן מזבח אין בית המקדש, נאר זיי ווערן אוועקגעגעבן צום כהן, וועלכער דארף זיי נוצן - ווי דער דין פון בכורים, וואס דאס באווייזט אז אפילו דעם טעם'דיקער געשמאק אין גשמיות, אויב מען פארבערייטערט זיך צו ווי געהעריק און מען הייליקט זיך, - קען מען דאס אויסניצן אין קדושה (דורך דעם בית המקדש און כהן), און דינען השם יתברך דורך עסן די פירות, אט אזוי ווי מען דינט השי"ת מיט אנדערע קרבנות דורכן פארברענען זיי אין בית המקדש, ווי א קרבן עולה און ענלעכעס.

און דאס איז איינע פון די יסודות תורת החסידות, אז מען דארף דינען און מען קען דינען השם יתברך, ניט נאר בעת דאוונען און לערנען תורה, נאר אויך מיטן עסן און בשעת'ן עסן, מיט טאן עסק - ביזנעס - און בשעת דעם עסק. עס איז נאר, זעלבסטפארשטענדלעך, אז דער אנדער פאל פון דינען השם יתברך פאדערט א טיפע צוגרייטונג צו דעם, אבער דער שכר פון דעם איז גרעסער.

און אין דעם זין, איז די מצוה פון בכורים דא - אפילו בזמן הגלות און אפילו בחוץ לארץ, און אויך אין א פשוט'ן וואכעדיקן טאג פון וואך, אז ווען מען זאגט פון טיפן הארצן אויף אלעס וואס מען האט, אז דאס איז נתת לי ה', ווערט דאס געהייליקט, ביז אז דאס ניצן דאס - קען זיין אן עבודה, עבודת השם יתברך.

ביי דער מצוה פון בכורים כפשוטה, ווען דאס איז געווען בבית המקדש, איז דאך דערנאך געווען די ברכה אז לשנה הבאה זאל ער נאכאמאל מקיים זיין די מצוה בשמחה, אזוי אויך היינט, דאס באנוצן און אויסניצן די נכסים - אייגנטום - וואס השם יתברך גיט, ווי השם יתברך פארלאנגט, ברענגט די ברכה פון השם יתברך, אז אויך לשנה הבאה זאל מען דאס קענען מקיים זיין און אין א פיל גרעסערער מאס, און מיט נאך מער צופרידנקייט און שמחה.

בברכה צו נתעורר ווערן מיט גוטע החלטות און מקיים זיין דערנאך בימים הבאים עלינו ועל כל ישראל לטובה, ובברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

  1. 1 כ"ץ