Letter # 2177

כ"ה תמוז, תשי"ג

2177 - שוין עטליכע יאר נאך דער חתונה און האבען נאך דערוויילע ניט קיינע קינדער

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ה תמוז, תשי"ג

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריף וועגען אייער זון... אז בא אייער זון איז שוין עטליכע יאר נאך דער חתונה און האבען נאך דערוויילע ניט קיינע קינדער. 

די ערשטע זאך וואס מען וואלט געדארפט זיכער וויסען, אויב זיין פרוי אייער שנור פירט זיך אויף ווי אלע אידישע טעכטער צו אפהיטען טהרת המשפחה, וואס ווען מען היט טהרת המשפחה בענטשט השם יתברך מיט געזונטע קינדער, געזונטע פיזיש און געזונטע גייסטיג. און עס קען זיין - אז אויב פארלויפיג היט זי נאך ניט קיין טהרת המשפחה - איז דאס גאר א חסד פון השי"ת וואס זיי האבען נאך ניט קיינע קינדער דערוויילע, וויילע השי"ת וויל זיי בענטשן מיט געזונטע קינדער פיזיש און גייסטיג. עס איז ניט קיין פראגע דאס וואס מען זעהט בא אזעלכע וועלכע היטען ניט ח"ו קיין טהרת המשפחה און זיי האבען - ווי עס ווייזט אויס - געזונטע קינדער; איז דאס נאר וויילע מען ווייסט ניט גענוי וואס עס טוט זיך בא יענעם, און דעם פיין וואס עלטערן פילען פון דעם אומרעכט וואס זיי זיינען באגאנגען געגען זייערע געבארענע קינדער אין אזעלכע פאלען, שעמען זיי זיך צו דערציילען און באהאלטען אויס דורך פערשידענע מיטלען און וועגען די אינווייניגסטע ליידען און שמערצן, און ווען מען וואלט געקענט דערציילען די פאקטען וואס מערסטע עלטערן גיבען איבער אינטים די חרטה געפילען איבער דעם וואס זיי האבען ניט געהיט טהרת המשפחה, און וואס די פאלגען דערפון ליידען די געבארענע קינדער, וואלט מען פיל פארשפארט צו ריידין אפילו איבער די וויכטיגקייט פון היטען טהרת המשפחה. 

איך וויל אייך ניט ווייטאן, אבער אלס מוטער און פרוי, וואלט איר באדארפט לייגען כחות אויף דעם, אז בא אייער זון און זיין פרוי זאל אפגעהיט ווערען טהרת המשפחה און אויך בא די אנדערע קינדער אייערע, און דערמיט טוט מען ניט א טובה צו השם יתברך, נאר דאס טוט מען זיך א טובה, צו אויסגעהיטן ווערען פון אומגליקען ר"ל בא קינדער און אייניקלעך. 

מיט א וואונש אז איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אז איר האט אנגעהויבען טאן אין דעם און מיט הצלחה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

המזכיר