Letter # 2026

כ"ז שבט, ה'תשי"ג - חברה גמילות חסדים שומרי שבת ובראשה הרה"ח וו"ח אי"א עוסקים בצרכי ציבור באמונה וכו' הרב אברהם שי' שארפשטיין והרב יוחנן שי' גארדאן

2026 - כאטש ער האט קיין געלט ניט געדארפט, איז ער אריין צו נחמן דעם קרעמער נאך א גמ"ח, ווייל ער האט

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ז שבט, ה'תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

חברה גמילות חסדים שומרי שבת ובראשה הרה"ח וו"ח אי"א עוסקים בצרכי ציבור באמונה וכו' הרב אברהם שי' שארפשטיין והרב יוחנן שי' גארדאן

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו הערן וועגן אייערע פעולות טובות, ווי אויך צו באקומען דעם קורצן באריכט וועגן אייער אומזאץ במשך פון דעם יאר. איך האף, אז ווי יעדער ענין שבקדושה וואס איז מוסיף והולך, וועט אויך דער פארנעם פון אייער ארבעט אויסגעברייטערט ווערן בימים הבאים, נאר אידן זאלן ניט לייען מצד הדוחק נאר מצד דעם וואס זייערע געשעפטן וועלן ווערן גרעסער און בעסער.

כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט זיך אמאל אפגעשטעלט (אין א שיחה פון תש"א) וועגן דער גרויסקייט פון דער מצוה פון גמילות חסדים, ווי א פאלאצקער קרעמער, ר' ישראל, א חסיד פון צמח צדק, האט עס באגריפן. זייענדיק אין ליובאוויטש ביים צמח צדק פ' וירא, האט ר' ישראל געהערט א מאמר חסידות פון רבי'ן, אז אברהם אבינו איז געווען א נדיב בגופו, בממונו ובנפשו, און דער רבי דער צמח צדק האט דערקלערט ווי אזוי אברהם אבינו זייענדיק דא למטה האט מחליף געווען מיט זיין גמ"ח בגשמיות די ספירת החסד דאצילות, וואס ממילא איז מובן אז אברהם איז געווען העכער פון מדת החסד דאצילות כו'. דעם גאנצן מאמר האט ר' ישראל ניט תופס געווען, נאר די עטלעכע ווערטער האבן אים דערנומען. קומענדיק אהיים האט ער זיי איבערדערציילט בא א חסידישן פארברענגען און אוועק למסחרו. כאטש ער האט קיין געלט ניט געדארפט, איז ער אריין צו נחמן דעם קרעמער נאך א גמ"ח, ווייל ער האט אים געוואלט מזכה זיין מיט די מצוה פון גמ"ח. אויך אנדערע קרעמער, האבנדיק געהערט וועגן דער מעלה פון גמ"ח, האט געבארגט איינע בא די אנדערע א גמילות חסד אלע טאג. ווען ר' ישראל איז ווידער געקומען אין ליובאוויטש, האט אים דער צמח צדק אריינגערופן צו זיך און געפרעגט וועגן זיין הנהגה. שפעטער האט אדמו"ר מוהר"ש געפרעגט דעם צמח צדק, וואס ער האט אויף ר' ישראל'ן געזען, און דער רבי צמח צדק האט געענטפערט אז ער האט אויף ישראל דעם קרעמער געזען א עמוד אור פון חסד דאצילות.

איז מה-דאך די מצוה פון גמ"ח איז אזוי גרויס ווען אפילו מען נויטיקט זיך ניט אין די געלט, על אחת כמה וכמה ווען איינער דארף טאקע אנקומען דערצו. דער גודל השכר פון גמילות חסדים איז אין לשער, און איז מבואר בכמה מקומות בדברי חז"ל.

איין טייל פון דעם שכר וויל איך אבער אונטערשטרייכן. כידוע איז דער הויפט גומל חסד אין דער וועלט דער אויבערשטער אליין, וועלכער גיט יעדן איינעם פון אונז אויך די כוחות פון נפש האלקית בדרך הלואה, כדי מיר זאלן קענען דורכפירן אונזער שליחות בעולם הזה הגשמי ואפילו בעולם הזה החומרי. דער ריוח פון אט דעם ג-טלעכן גמילות חסד איז, ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידות, דער ענין פון ירידת הנשמה ועליתה, ירידה צורך עלי', און אן עלי' שלא בערך. גלייכצייטיק איז אויך דער אויבערשטער, וואס ער איז דער מלוה, וואס גיט אונז אלע אונזערע ענינים בדרך הלוואה, איז ער אויך, כביכול, מרויח, ווי עס שטייט אין מדרש, בזמן שישראל עושין רצונו של מקום מוסיפין כח וגבורה למעלה (ווי עס ווערט דערקלערט בארוכה אין דעם מאמר פון כ"ק מו"ח אדמו"ר ד"ה טעמה כי טוב סחרה, יו"ד שבט, תש"ט).

כ'וויל פארענדיקן דעם בריוו מיט דעם וואונש און ברכה, אז עס זאל מקויים ווערן אין אייך און אונז אלעמען בתוך כלל ישראל, אז יעדער איינער זאל אויספירן זיין שליחות בעלמא דין מתוך שמחה.

בברכת הצלחה.

בייליגענד איז מיין השתתפות אין גמילות חסדים פאנד א טשעק אויף $100 בתור נדבה, און נאך א טשעק אויף $100 בתור הלואה.