Letter # 1994

כ"ו טבת, תשי"ג

1994 - אויל, אז דאס איז געווארען פון טויטע קערפערס פון חיות וועלכע זיינען געלעגען אונטער א גרויסען

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ו טבת, תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך פון דעם טעלעפאנישן געשפרעך מיט הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים מוהרחמ"א שי' חדקוב, וועגען דעם מיטינג וואס איר האט געהאט מיט הרה"ח הוו"ח אי"א עוסק בצ"צ באמונה מוה"ר אלי' שי' סימפסאן, און פון דער גוטען אנגענומענעם באשלוס, אין א גוטער גליקליכער שעה, אז פון דער הכנסה וואס וועט זיין בעזרת השי"ת פון די קוואלען פון דער "באר שבע קאמפאניע" זאל אוועקגעגעבן ווערען א געוויסער טייל פאר די פערשידענע צדקות וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען און ווערען אנגעפירט דורך מיר אין דעם גייסט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר נשיא ישראל.

עס איז באוואוסט דער ווארט וועלכען מיר האבען געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, אז ווען א איד דא למטה, נעמט אן א גוטען באשלוס צו געבען צדקה אין א גרויסען סכום, איז ווען אפילו בשעת מעשה, זעהט ער ניט די מעגליכקייט ווי ער וועט דאס קענען פארווירקליכען בפועל, איז אבער למעלה, ווערט גלייך פאר עם אפגע'פסק'נט, פרנסה בהרחבה, אין אזא מאס אז ער זאל קענען טאקע בפועל ממש אויספילען זיין גוטען באשלוס, און איך בין זיכער, אז אויך אין אייער אופן, חאטש ביז יעצט איז דאס נאך ניט געווען, אבער וויבאלד אז איר מיט אייער שותף, האבען אנגענומען מיטן גאנצען הארצען די גוטע החלטה, איז געוויס למעלה שוין אפגע'פסק'נט געווארען, אויף צו געבען אייך פרנסה בהרחבה ובהצלחה, אז איר זאלט קענען פארווירקליכען אייער גוטען ווילען מיט א פרייליכער הארץ און ביד רחבה.

עס איז באוואוסט איינע פון די שיטות וואס ערקלערען דאס ווערען פון אויל, אז דאס איז געווארען פון טויטע קערפערס פון חיות וועלכע זיינען געלעגען אונטער א גרויסען דרוק (פרעשור) און מיט דער צייט איז פון דעם געווארען אויל, וועלכער ווערט באנוצט אויף צו ווארימען און באלייכטען.

און עס איז באוואוסט דער אויסשפראך פון בעל שם טוב הק' אז פון יעדער זאך וואס א איד הערט און זעהט, ווייזט מען דאס עם פון למעלה, אז ער זאל פון דעם ארויסלערנען אין זיין עבודה און שליחות אויף דער וועלט, ובפרט אין אזא זאך וועלכער מען טרעפט זיך מיט דעם טאג איין טאג אויס, וועלכעס דארף דינען אלס א לעסאן פאר יעדערען פון אונז, אין זיין שליחות אין עולם הזה.

מען דארף אריינטראכטען אין דעם, אז גשמיות'דיקע (קערפער-ליכע) זאכען, האבען ניט קיין זעלבסט לעבעדיגקייט, ווי א מענש קען דאס זעהען פון זיך אליין, אז זיין לעבעדיגקייט קומט פון דער נשמה, און הקב"ה האט פארבונדען די נשמה מיט דעם גוף, וואס דער מיין אין דעם איז, אז מען זאל דריקען (פרעשור) אויף די גשמיות'דיקע (קערפערליכע) געלוסטען און רצונות, און ווען עס איז דא דער געהעריקער פרעשור פון דער נשמה אויף דעם גוף, ווערט דורך דעם אויך דער גוף, וועלכער איז פון זיך זעלבסט, קיין לעבעדיגקייט, א זאך וועלכער ווארימט זיין ארום און באלייכט אויך דעם גאנצען אומגעבונג, און דער נמשל פון דעם איז גוט קלאהר און פאדערט ניט קיין אריכות אין דעם.

איך וויל ווידערהאלען מיין וואונש און ברכה, אז השם יתברך זאל אייך געבען הצלחה בפרנסה אין דאס אויבענדערמאנטע און איר זאלט קענען אויספירען אייער גוטען באשלוס בפועל און נאך אין א פיל גרעסערער מאס ווי איר רעכענט יעצט.

בברכה.