Letter # 1990

כ"ו טבת, תשי"ג

1990 -צו מאכען א קליינע לעכעל עפענונג, - דאס מיינט באזייטיגען זיינע תאוות און רצונות, בכדי אז דורך

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ו טבת, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

...עס איז באוואוסט וואס די חז"ל האבען אונז געזאגט, אז השי"ת וויל אז דער מענש זאל טאן אליין לויט זיינע מעגליכקייט לכה"פ, און דענסטמאל גיט השי"ת זייער פיל לויט זיין כח, אבער די ביסעלע דארפמען טאן אליין.

דער אויסדרוק פון די חז"ל אויף דעם איז, אז הקב"ה זאגט אידען, פתחו לי כחודה של מחט ואני אפתח לכם כפתחו של אולם, ד.ה. אז מען זאל נאר עפענען ווי די עפענונג וואס עס מאכט דער שארף - שפיץ - פון א נאדעל, און איך - הקב"ה - וועל אייך מאכען א עפענונג ווי די טיר עפענונג פון דעם אולם, וואס איז געווען אין בית המקדש.

די חז"ל אויסדרוקען זיינער זייער פינקטליכע און אפגעמאסטענע. די אויפגאבע פון דעם חודה של מחט - שארף פון שפיץ נאדעל - איז ניט נאר דאס אליין צו מאכען א לעכעל עפענונג וואו עס זאל קענען דורכגיין דער פאדים, נאר דער מיין אין דעם איז, אז דער פאדים זאל באהעפטען צוויי זאכען צו ווערען איינס. אזוי איז אויך אין דער תעודת האדם - דעם מענשענס אויפגאבע - צו מאכען א קליינע לעכעל עפענונג, - דאס מיינט באזייטיגען זיינע תאוות און רצונות, בכדי אז דורך דעם לעכעל עפענונג זאל ער קענען דורכציען דעם פאדים פון תורה ומצות, וואס דורך דעם באהעפט א איד, גשמיות מיט רוחניות, און דורך דעם גיט השי"ת דעם אידען ברכה און הצלחה אויך אין זיינע גשמיות'דיקע ענינים.

און השי"ת זאל אייך העלפען אז איר זאלט נעמען אויף זיך צו מקיים זיין דעם מאמר ווי געזאגט אויבען, און עס זאל אין אייך מקויים ווערען דער אויסשפראך פון רבינו הזקן בעל התניא והשו"ע, אז השי"ת גיט אידן גשמיות און זיי מאכען פון גשמיות רוחניות, און עס זאל זיין בהרחבה.

בברכה.