Letter # 1989

כ"ו טבת, תשי"ג - מוה"ר מנחם מן שי' סוועט

1989 - דאכט זיך זיי אז זיי זיינען מתנגדים, זאלען צוקומען צו דעם אמת'ן אמת, אז יעדער איד איז א חסיד

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ו טבת, תשי"ג

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר מנחם מן [סוועט]  שי'

שלום וברכה!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט א דערפרייענדע בשורה, אז אנ"ש זיינען זיך צוזאמענגעקומען מוצש"ק פ' וישלח און האבען געפייערט דעם חג הגאולה י"ט כסלו, מען האט געזונגען דעם ניגון פון כ"ק אדמו"ר הזקן און מען האט אויך געלייענט די ערצעהלונג וועגען דעם מאסר והחופש וכו'. און השי"ת זאל העלפען לויט דעם מאמר רז"ל אז שמחה איז פורץ גדר, אז די שמחה זאל אראפנעמען אין דעם ארט וואו איר זייט יעצט, די גדרים והעלמות, אז אויך די מענשן וועלכע עס דאכט זיך זיי אז זיי זיינען מתנגדים, זאלען צוקומען צו דעם אמת'ן אמת, אז יעדער איד איז א חסיד, און ווי מיין שווער כ"ק אדמו"ר פלעגט זאגען, אז אידען ווערען אנגערופן מעין גנים באר מים חיים, און אויך ארץ חפץ, און דאס זעהט מען בחוש, אז אין יעדער ארט וואו מען זאל ניט גראבען איז סוף סוף דערגראבט מען זיך צו דעם מעין ובאר מים חיים, דער חילוק איז נאר, אז אין איין ארט איז גענוג צו אראפנעמען נאר א דינע שיכט (שכבה) פון זאמד און בלאטע, אדער שטיינער, און אין א צווייטען ארט איז די שיכט א גרעבערע און א דיקערע. אבער צד השוה אין דעם איז, אז יעדער ארט האט דאס. און די זעלבע זאך איז מיט דער נקודת היהדות, וואס דאס איז אהבת ישראל אהבת התורה ואהבת השם, וועלכעס איז כולא חד, אז יעדער איד האט דאס, דער חילוק איז נאר ווי געזאגט אויבען, אז בא איינעם איז דאס אויבען אויף, און בא א צווייטען דארפמען האבען מער יגיעה צו אויפדעקען דאס בא עם.

איר שרייבט אין אייער בריף, אז דער רב פון שול, האט בא אייך געפרעגט, פארוואס מען האט ניט געזאגט תחנון י"ט כסלו, וויילע א) אין שו"ע פון רבינו הזקן, שטייט ניט אז מען זאל דאן ניט זאגען קיין תחנון. ב) און פארוואס זאל מען ניט לאזען זאגען תחנון, די וועלכע ווילען יע זאגען תחנון.

איז אויף דער ערשטער פראגע, שרייבט איר אליין א ענטפער אין אייער בריף, וויילע דעם שו"ע האט רבינו הזקן געשריבען פאר דער פאסירונג פון י"ט כסלו נאך במעזריטש (זע הקדמת בנו לשו"ע). און אויף דער צווייטער פראגע, פארוואס זאל מען ניט לאזען זאגען תחנון די אידן וועלכע ווילען יע זאגען, איז פראן צוויי טעמים אין דעם. א) די וועלכע זאגען ניט קיין תחנון י"ט כסלו, באווייזען דערמיט אז זיי זיינען מסכים צו דעם אז רבינו הזקן איז גאר ניט שולדיג געווען, און אז תורת החסידות - צי ער לערענט אליין חסידות אדער אפילו ניט - איז תורת ה', במילא אז א איד איז געווען ארעסטירט פאר דעם פארשפרייטען די תורה, איז זיין באפרייאונג א תורה שמחה, אבער די מנגדים און ווילען דוקא זאגען תחנון אין דעם טאג י"ט כסלו, איז וואס פאר א טעם זיי זאלען ניט טראכטען אין דעם, אבער מה יאמרו הבריות, אז די האלטען ניט פון רבינו הזקן'ס באפרייאונג און פון דער תורת החסידות שהיא חלק מתורת ה' וואס ער האט מגלה געווען, און אז זיי זיינען מסכים מיט פערשידענע באשולדיגונגען געגען עם, והראי' אז זיי לייגען קיין אכט אויף זיין באפרייאונג און האלטען דאס גאר ניט פאר קיין יום טוב.

ב) אין דער צייט ווען הונדערטער טויזענטער אידען יראי שמים האבען אין משך פון זיבען דורות אנגענומען און האלטען אן דעם טאג י"ט כסלו פאר א יום טוב, און יעדער ענין איז דאך בהשגחה פרטית, איז זיכער אז דאס איז געקומען מיט דער הסכמה פון למעלה, דאס הייסט, אז למעלה איז אין דעם טאג א הארת פנים נוספת, וואס באור פני מלך חיים, און דענסטמאל זיינען די דינים און קטרוגים שוואכערע, עס איז אפילו ניט ווי שבת וואס דענסטמאל איז דאך געזאגט געווארען, וכל דינין מתעברין מינה, אבער א גרויסע חלישות פועל'ט אויך דער טאג י"ט כסלו אין דער מדת הדין (און דערפאר איז דער טאג י"ט כסלו, א יום סגולה אויף אננעמען גוטע החלטות בנוגע צו תורה ומצות ומדות טובות), אבער זאגען תחנון, איז א ענין פון מעורר זיין דינים, וכמ"ש בלבוש אורח חיים סימן קל"א, און אויך אין עטרת זקנים דארטען ס"ק ג', און דאס ווערט אויך אראפגעבראכט אין משנה ברורה שם ס"ק כ', איז במילא אז איינער וויל מעורר זיין דינים אין א טאג וואס הונדערטער טויזענטער אידען טוען דאס ניט, טוט ער דערמיט שאדען ניט נאר זיך, נאר אויך דעם גאנצן מנין אידען וואו ער דאווענט דארטען, והאריכות בזה אך למותר.

אין א באזונדער פאקעט איז ארויסגעשיקט געווארען צו אייך צוויי עקזעמפלארן פון דעם ספר "בית רבי" וועלכער איז ניט לאנג אפגעדרוקט געווארען אין אידיש, און איך בעט אייך צו איבערגעבען דעם צווייטען עקזעמפלאר צו מר אהרן הכהן שי' (הערי כ"ץ) מיט דער בייגעלייגטער קבלה אויף דעם וואס ער האט געשיקט דורך אייך.

איך בעט אייך אויך איבערגעבען למר אהרון שי' הכהן כ"ץ מיין גרוס און וואונש לכל טוב ופרנסה בהרחבה.

בברכה.