Letter # 1922

ראשון בכסלו, ה'תשי"ג - לכל מוקירי תורה ויהדות ה' עליהם יחיו

1922 - עס איז א הייליקע פליכט אויף יעדן איינעם, מאן און פרוי, צו שטיצן די מוסדות "בית רבקה" מיט אלע

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ראשון בכסלו, ה'תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

לכל מוקירי תורה ויהדות ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין פיל ערטער אין גמרא און מדרש זיינען די חז"ל מפליא די גרויסע מעלה און זכות פון דער אידישער פרוי, די עקרת הבית וואס העלפט אויפשטעלן און האלט אויף די אידישע הויז על יסודי התורה והמצוה, אין וועמענס הענט עס ליגט, אין א גאר גרויסער מאס, די ערציאונג פון די קינדער אין אן אמת-אידישן תורה'דיקן וועג.

די "בית רבקה" וועלכע שטייען אונטער דער אויפזיכט פון דעם "מרכז לעניני חינוך" טוען א העכסט וויכטיקע און נויטיקע ארבעט דורכן ערציען אידישע טעכטער בחינוך הכשר און צוגרייטן זיי אז זיי זאלן קענען אין דער צוקונפט זיין פאראנטווארטלעכע אידישע פרויען און מוטערס.

א דאנק זייער אונערמידלעכער און איבערגעגעבענער ארבעט האבן די מוסדות בית רבקה, במשך זייער עלף יעריקער עקזיסטענץ, ערצויגן הונדערטער און הונדערטער תלמידות אין גייסט פון תורה יראת שמים און מדות טובות, וועלכע זיינען א נחת פאר זייערע עלטערן און א שטאלץ פארן אידישן פאלק.

ביים איצטיקן מאמענט געפינען זיך די מוסדות אין א שווערער עקאנאמישער לאגע, און די עסקני המוסדות ובראשם הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצרכי ציבור בעל מרץ ורב פעלים וכו' מהור"י שי' דזשייקאבסאן מאכן די גרעסטע אנשטרענגונגען אויף צו ערמעגלעכן זייער ווייטערדיקן קיום.

זונטאג, י"ג כסלו הבא עלינו לטובה, וועט אי"ה פארקומען די יערלעכע חגיגה פון די מוסדות בית רבקה, און איך ווענדע זיך מיט א קריאה של חיבה והתעוררות צו די אלע וועלכע האלטן טייער תורה ויהדות און שאצן ריכטיק אפ די וויכטיקייט פון חינוך הכשר פאר בנות ישראל:

עס איז א הייליקע פליכט אויף יעדן איינעם, מאן און פרוי, צו שטיצן די מוסדות "בית רבקה" מיט אלע מעגלעכקייטן.

נעמט אנטייל אין דער יערלעכער חגיגה און העלפט שאפן די פינאנציעלע מיטלען, וועלכע זיינען העכסט נויטיק אויף אויפצוהאלטן די מוסדות בית רבקה.

עס איז ניט נאר א הילף נאר א רעטונג פאר א פעסטונג פון חינוך הבנות על טהרת הקודש.

ובזכות זה וועט השי"ת העלפן די אלע אנטיילנעמער שטיצער און מיטהעלפער אין וואס זיי נויטיקן זיך - בבני חיי ומזוני רויחא בגשמיות וברוחניות.

בברכת הצלחה ורב טוב גשמי ורוחני,

מ. שניאורסאהן