Letter # 1921

אדר"ח כסלו, תשי"ג

1921 - בנוגע אייער לערנען אין דער ישיבה און אויך אין דעם ענין פון אקאונטענט

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, אדר"ח כסלו, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון כ"ו תשרי, און צוליב פערשידענע סיבות האט זיך פארהאלטען מיין ענטפער:

אין אייער בריף פרעגט איר בנוגע אייער לערנען אין דער ישיבה און אויך אין דעם ענין פון אקאונטענט, מיט דער כוונה אז דאס זאל זיין שפעטער א כלי צו פרנסה און פרעגט מיין מיינונג אין דעם: צי זאלט איר פארטזעצען אייער לערנען אין אקאונטי[נ]ג.

איר שרייבט ניט אין אייער בריף דעם עיקר, וויפל צייט האט איר שוין געלערענט אקאונטינג און וויפיל צייט דארפט איר נאך אויף צו ענדיקען דאס.

אין אלגעמיין, איז זעלבסטפארשטענדליך אז אין די יונגע יארן איז די צייט פיל טייערער ווי אין די שפעטערדיקע יארן, ווייל דאס וואס ווערט אנגעזאמעלט אין דער יוגענט איז דאס אזוי ווי א זריעה אויף די שפעטערדיקע יארן, וואס פון איין קערענדעל קען אויסוואקסען א סך געוויקסען אדער א גאנצער בוים.

אויב די צייט וועלכע עס פאדערט זיך ביז ענדיקן איז ניט קיין צו לאנגע, און איז אויך ניט פארבונדען מיט אזעלכע סאבדזעקטס וועלכע זיינען א סתירה צו יראת שמים, איז וויבאלד איר האט שוין א צייט געלערענט דאס און דאס איז אויך דער ווילען פון [אייער] מוטער תחי', איז כדאי דאס צו פארענדיקען, אבער אויב איר דארפט נאך אוועקגעבען אויף דעם א ליינגערע צייט און פילע שעות אין טאג, דארפט איר זיך גוט אריינטראכטען אין דעם און בארעכענען דעם שכר און הפסד אין דעם, און השי"ת זאל אייך העלפען אז איר זאלט מצליח זיין אין אייערע ענינים בגשמיות וברוחניות.

בברכה ליר"ש.