Letter # 1896

ח' מ"ח, תשי"ג

1896 - ווען מען טוט ביזנעס מיט א צווייטן, היינגט פיל אפ אן דעם גוטען ווילען און שטימונג פון דעם סוחר

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ח' מ"ח, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר יוסף שי' הלוי וויינבערג, אויך האט ער מיר איבערגעגעבן אייער בקשת ברכה, צו דעם וואס איר האט יעצט טראבעל א.א.וו. און ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך אייך מזכיר זיין צו א ברכה אין דעם.

זיכער איז איבעריג צו מעורר זיין אייך, ובפרט באריכות, אז ווען מען טוט ביזנעס מיט א צווייטן, היינגט פיל אפ אן דעם גוטען ווילען און שטימונג פון דעם סוחר מיט וועלכן מען האנדעלט,

יעדער זאך וואס ווערט געטאן דא אונטען, איז דאס א אפשפיגלונג פון דעם וואס עס איז פראן אויבען, אזוי איז אויך בא מענשן און בא אידען בפרט,

יעדערער פון אונז, דארף און וויל ברכות פון השם יתברך, דארפמען צו דעם האבען די געוויסע צוגרייטונג, דאס הייסט מאכן בא זיך א שטימונג, אויף צו וועלן פארבינדען זיך מיט הקדוש ברוך הוא. (אין דעם איז ניט ווי דא אונטען, אז מען דאר[ף] מאכן שטימונג בא דעם סוחר, ווייל הקדוש ברוך הוא איז גרייט שטענדיג און וויל געבען ברכה והצלחה, עס ווענדעט זיך נאר אן דעם מקבל - דעם אויפנעמער - וואס אמאל וויל מען זיך פארבינדן מיט השם יתברך, און אמאל - צוליב געוויסע סיבות, - האלט מען ניט בא דעם),

ווי קען מען זיך פארבינדען מיט השם יתברך וואס ער [איז] דער באשעפער פון דער גאנצער וועלט, און דער וואס בעט די ברכה, איז דאך ניט מער ווי א אדם בשר ודם? און דורך וואס פארבינדט מען זיך מיט עם?

איז דער אמת איז טאקע, אז פון זיך אליין וואלט מען ניט געהאט דעם כח צו דעם, נאר הקב"ה וויל אז מען זאל זיך פארבינדען מיט עם, האט ער געגעבען די מעגליכקייט צו דעם, אז מען זאל דאס קענען גרייכען.

וויבאלד אז מיטן שכל פארשטייט מען, אז עס קען ניט זיין קיין פארבונד און ערך פון בורא מיט נברא, נאר עס איז מער ניט, וויילע אזוי איז דער רצון פון בורא, במילא פארשטייט פון דעם, אז די זאכן וועלכע פארבינדען דעם נברא מיט בורא, זיינען ניט אונטערווארפען דעם פארשטאנד פון שכל און די הסכמה פון שכל אויף דעם.

מיט דעם איז פארענטפערט און פארשטענדליך, אז תורה און מצות, וועלכע זיינען די זאכען וועלכע פארבינדען דעם מענטשן - איד מיט השי"ת, איז ניט מעגליך און מען דארף ניט, אז דער מענטשליכער שכל זאל אויך געבען זיין הסכמה אויף דעם, ווייל תורה און מצות קומען פון השם יתברך אליין, ווען מען איז זוכה, ווערט בא דעם מענשן אויך דער שכל ליכטיגער און קלאהרער, אז אויך [ער] פארשטייט תורה ומצות, ווי עס דארף צו זיין אבער ווען מען איז אפילו נאך ניט צוגעקומען צו דעם פארשטאנד, דארף דאס עם ניט אפהאלטען פון צו מקיים זיין תורה ומצות, ווארום ווי געזאגט אויבען, אז מען דארף ניט די הסכמה פון שכל אויף דעם,

און דאס איז אויך דער געדאנק וואס ווערט דערציילט אין חומש און איז ערקלערט געווארן אין גמרא און מדרשים, אז מיט וואס האבען אידן זוכה געווען צו נעמען די תורה, נאר דורך דעם וואס הקדימו נעשה לנשמע, ד.ה. פריער וועלן מיר טאן - נעשה - און דערנאך, נשמע - מיר וועלן פארשטיין, ד.ה. אז ניט וויסענדיג אפילו וואס מען וועט זיי זאגען צו טאן, און במילא ניט וויסענדיג צי אין זייער שכל וועט דאס זיך אפלייגען אזוי, האבן זיי צוגעזאגט אז זיי וועלען טאן, און דוקא מיט אט דעם וועג קען מען אויפנעמען תורה און מצות, וועלכע זיינען חכמתו ורצונו של הקדוש ברוך הוא,

איך האף אז אייך אליין, איז ניט נויטיג די ערקלערונג אויף אזוי פיל, און איר היט אפ תורה ומצות און בפרט שבת, תפלה, כשרות און געבען צדקה ווי מען באדארף, נאר געוויס געפינען זיך אין אייער סביבה אזעלכע אויף וועלכע איר קענט איינווירקען צו פירן זיך אין דעם וועג פון תורה ומצות, און מיר זיינען פארזיכערט פון השי"ת, אז ווען מען טוט און מען וויל אויפטאן, פירט מען אויס בהצלחה,

בברכה - המחכה לבשורות טובות.