Letter # 1877

אדר"ח מ"ח, תשי"ג - אגודת נשי ובנות חב"ד ה' עליהן יחיו

1877 - דאכט זיך אויס, אז עס איז פוסט, וויסט און פינסטער פון ארום, עס וועט זיין שווער צו אויפבויען

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, אדר"ח מ"ח, תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

אגודת נשי ובנות חב"ד ה' עליהן יחיו

ברכה ושלום!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען די ידיעה, אז עס איז געלייגט געווארען דער יסוד פאר דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד אין אייער טייל שטאט, און השי"ת זאל העלפען אז דאס זאל זיין א גוטע התחלה פאר דעם גאנצען יאר הבעל"ט.

זיכער האט איר אנגענומען גוטע באשלוסען ווי צו פארשטארקען דאס אויף להבא, און אויך א פראגראם פאר די ווייטערדיגע אסיפות. זעלבסטפארשטענדליך, אז די פראגראם דארף ניט זיין איינגעשטעלט אין אלע פרטים, און מען זאל זי קענען ענדערען און צופאסען צו די פאדערונגען פון די חבירות פון אייער אפטיילונג, וואס ניט אלע ערטער זיינען גלייך אין דעם.

אלגעמיינע שטריכען פון דער ארבעט, זיינען אנגעגעבן געווארען אין מיין בריף צו די נשי ובנות חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו, און בייגעלייגט דא איז א קאפיע.

איך וויל נאר צוגעבען א פאר ווערטער:

תורתנו הקדושה איז א נצחית, פון איר קען מען ארויסלערנען און ארויסנעמען הוראות און אנווייזונגען אין אלע ענינים, פאר אלערליי צייטען און מדינות וואו מען געפינט זיך.

די תורה הויבט זיך אהן מיט דער פרשה בראשית, וואו עס ווערט דערציילט דער סדר פון בריאת העולם, זעלבסטפארשטענדליך, אז די תורה איז ניט סתם א סיפורים-בוך, נאר, ווי דער פירוש פון ווארט תורה, הוראה, א וועג ווייזערין אין דעם טאג טעגליכען לעבען, ווי אויפצופירען זיך ריכטיג בגשמיות וברוחניות.

אין דער דערציילונג פון דער תורה, ווי די וועלט איז באשאפען געווארען איז צווישען אלע טיפע רמזים, אויך דא די אנדייטונג ווי עס שאפען זיך פארשידינע ענינים אין דער פרטיות'דיקע וועלט.

יעדע ארבעט און יעדע באוועגונג וואס ווערט געשאפען, סיי א רוחניות'דיקע סיי א גשמיות'דיקע, איז: בראשית, די התחלה און דער עיקר דערביי, צו וויסען און געדיינקען, אז אלקים ברא את השמים - רוחניות - ואת הארץ - גשמיות -, השם יתברך שאפט דאס, נאר ער וויל, אז דאס זאל דורכגיין דורך באשטימטע מענטשען. וועלכע דארפען זיך באטראכטען אלס זיינע שלוחים אויף דורכפירען זיין רצון.

אין התחלת הבריאה, איז והארץ היתה תהו ובהו וחשך גו', - אין דעם אנהייב פון יעדער גוטע קדושה'דיקער ארבעט אדער באוועגונג, דאכט זיך אויס, אז עס איז פוסט, וויסט און פינסטער פון ארום, עס וועט זיין שווער צו אויפבויען ריכטיג אז עס זאל זייך אין איינקליינג מיט דער מטרה, - דערציילט די תורה הקדושה, אז גלייך אין אנהייבס בריאה, איז: ויאמר אלקים יהי אור ויהי אור, - השי"ת מאכט אז דארט וואו עס איז געווען פינסטער, ווערט פלוצלונג ליכטיג, און נאכדעם איז געשאפען געווארען סדר, באשאפען געווארען צומח, - פלאנצונגען -, נאכדעם, חי, - לעבעדיגע ברואים - וואס זיינען העכער פון צומח, און דאן אדם הראשון - וואס ער איז מבחר הבריאה, דער העכסטער פון בריאה.

אזוי אויך אין יעדער ארבעט און באוועגונג פון קדושה (זעה ויקרא רבה פכ"ה, ג') מען דארף זיין שטארק אין דעם באשלוס אז עס מוז געשאפען ווערען, און דאן איז אפילו אין דעם ארט, וואו עס איז פריער באמת געווען פינסטער ווערט אין איין רגע ליכטיג, און דאס איז די התחלה פון דער שאפונג און וואקסען אלס בעסער און העכער, וכמאמר רז"ל מעלין בקדש, אז אין יעדע זאך וואס עס איז פארבונדען מיט תורה און מצות, גייט מען און מען שטייגט מחיל אל חיל.

בברכת טוב גשמי ורוחני פון אלע מיטגלידערין פון אייער סניף, צו זיי און זייערע פאמיליעס יחיו.