Letter # 1787

כ"ג מנחם אב, ה'תשי"ב

1787 - אז דאס איז א זיכערע זאך אז סוף סוף וועט איר אלע הערן את מצות הוי' אלקיכם

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ג מנחם אב, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו זען פון דער איינלאדונג, אז דיין בר-מצוה וועט געפייערט ווערן דעם שבת אי"ה,

ווינש איך דיר אז פון בן שלש עשרה למצות זאלסטו וואקסן לבן חמש עשרה לתלמוד און שטייגען אין תורה ומצות, ווי אונזערע חכמים זאגן, די תורה זאגט, אז מעלין בקדש, דאס הייסט, אז אין אלע ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט אידישקייט דארף מען כסדר שטייגען אלץ העכער און העכער.

זיכער ווייסטו, אז דער בעש"ט (בעל שם טוב) האט געלערנט מיט זיינע תלמידים און אלע וועלכע גייען אין זיינע וועגן, אז אלעס איז בהשגחה פרטית, דאס הייסט, אז אלע פאסירונגען אין לעבן, אין מענטשליכן לעבן ובפרט בא אידן, זיינען ניט קיין צופאל (עקסידענט), ווארום אלץ איז מיט ג-טלעכער השגחה.

אזוי ווי דיין בר מצוה ווערט געפייערט שבת פרשת ראה, דארף מען אויך פון דרויף לערנען אן אנווייזונג אין טאג טעגלעכן לעבן. אייגנטלעך קען מען זייער פיל אפלערנען פון דער סדרה, ווארום די תורה איז אן א ברעג און אן א סוף (ארוכה מני ארץ ורחבה מני ים). איך וויל נאר אונטערשטרייכן איין הוראה, אנווייזונג (לעסאן) וואס מיר געפינען גלייך ביים אנהויב פון דער סדרה, וואו משה רבינו זאגט אין ג-ט'ס נאמען צו אלע אידן, סיי יונג סיי אלט, אויף אלע דורות, אין אלע ערטער:

ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה גו' את הברכה אשר תשמעו והקללה אם לא תשמעו.

יעדער אויסדרוק און ווארט אין דער תורה איז דאך אויסגערעכנט און פינקטלעך.

מיר זעען אין די אויבנדערמאנטע פסוקים, אז בא דער ברכה שטייט: את הברכה אשר תשמעון, אן א תנאי, וואס דער פירוש הפשוט איז: די ברכה - אז איר וועט הערן. און בא דעם היפוך פון דער ברכה ח"ו שטייט אם לא תשמעון - אויב איר וועט ניט הערן, מיט א ספק און תנאי.

דאס לערנט אלע אידן, ובפרט א בר מצוה וואס ער הויבט ערשט אן זיין וועג אלס א איד מחוייב בתורה ומצות מן התורה, אז דער אויבערשטער גיט אלע אידן א ברכה בתורתנו הקדושה, אז דאס איז א זיכערע זאך אז סוף סוף וועט איר אלע הערן את מצות הוי' אלקיכם, דערפאר וואס אין יעדן אידן איז דא א נפש אלקית, א ג-טלעכע נשמה, וואס זי וועט אויספירן אירס.

דער צווייטער פאל פון לא תשמעו איז מיט א ספק, ווארום עס זיינען פאראן אזוינע בא וועמען דאס קומט גאר קיינמאל ניט פאר, ווייל זייער גאנצער לעבן איז על פי תורה ומצות. אבער אפילו די בא וועמען עס פאסירט דער פאל, ווי ער זאגט ווייטער, פון וסרתם מן הדרך ח"ו, איז דאס ניט מער ווי א צייטווייליקע זאך, ווארום עס וועט דאך זיין אשר תשמעון ווי פריער געזאגט.

איך ווינש דיר אז דו זאלסט געהערן צום ערשטן סוג, אז פון בר מצוה און ווייטער זאלסטו גלייך גיין אויפן וועג פון תשמעון אל מצות הוי' אלקיכם, דורך התמדה אין לערנען און אפגעהיטנקייט אין מצות, וואס דאן וועט ערפילט ווערן ווי ער זאגט אין פסוק - את הברכה, דעם אויבערשטנס ברכה אין אלעס וואס דו נויטיקסט זיך, און די עלטערן וועלן האבן פון דיר א סך נחת, אידישן נחת און אויך חסידישן נחת.

בברכה.