Letter # 1682

ג' תמוז, תשי"ב

1682 - איז אין ושחט אלא ומשך, אריבערטראגען דאס אין ענינים פון תורה און מצות, אין עניני אלקות

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ג' תמוז, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ באמונה מוה"ר מנחם שמואל דוד שי' הלוי רייטשיק שד"ר, און האט מיר אויך איבערגעגעבן דעם פ"נ פאר אייך, און לויט אייער בקשה האב איך אייך מזכיר געווען אויף דעם ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, בעת רצון.

הרה"ח רייטשיק שי' האט מיר אויך איבערגעגעבן אז פריער האט איר זיך מתעסק געווען אין שו"ב און יעצט זייט איר א געשעפטסמאן:

זיכער האט איר געהערט דעם בעל שם טוב'ס ווארט, וועלכען מיר האבען זוכה געווען צו הערען פילע מאל פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, אז יעדער זאך וואס א איד הערט און זעהט, דארף ער פון דעם ארויסנעמען א הוראה אין זיין עבודת השם יתברך.

וועגען דעם ענין השחיטה, שטייט תנא דבי ר' ישמעאל ושחט אין ושחט אלא ומשך (חולין ל, ב), וואס על דרך החסידות ומוסר איז דאס, וואס די זאך פון שחיטה איז דאס, וואס דורך דעם ווערט די פלייש פון דער בהמה כשר למאכל אדם, און ווען דער מענש עסט די פלייש, ווערט פון דעם דם ובשר כבשרו, במילא איז ער מושך - ציט ארויף - די בהמה וואס איז מער ניט ווי חי, צו א העכערער וועלט, פון מדבר - אדם.

אזוי איז אויך אין עבודת הנפש, וואס יעדער איד האט א נפש הבהמית און א נפש האלקית. איז די שליחות פון דער נפש אלקית, וועלכע איז חצובה מתחת כסא הכבוד און האט אראפגענידערט א ירידה גדולה ביותר, צו אנטאן זיך אין א גוף ונפש הבהמית, איז דער תכלית פון דער ירידה איז, כדי עס זאל זיין די עבודה מיט איר נפש הבהמית בפרט און חלקו בעולם בכלל, ע"ד ווי דער ענין פון שחיטה, אז אט דעם חיות און קאך וואס דער נפש הבהמית האט אין וועלט עולם הזה'דיקע ענינים, איז אין ושחט אלא ומשך, אריבערטראגען דאס אין ענינים פון תורה און מצות, אין עניני אלקות.

און היות, כל ישראל ערבים זה בזה, דארפמען זיך ניט באנוגענען מיט דער א.ד. ארבעט נאר פאר זיך און די בני בית, נאר אויך איינווירקען אויף דער סביבה, אז אנשטאט גשמיות חומריות ובהמיות זאל זיין ענינים פון תורה ומצות באלויכטען מיט אור אלקי ווי עס ווערט ערקלערט אין תורת החסידות באריכות.

בברכה שיצליח בעבודה הנ"ל שזה יהי' צנור וכלי להמשיך ולקבל ברכות השי"ת בכל המצטרך לו ולב"ב שיחיו.