ב"ה, י"ב סיון, תשי"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר מנחם זאב שי' הלוי גרינגלאס, האב איך ערהאלטען א גרוס פון אייך, און שרייבט מיר אויך אז די טעג גרייט איר זיך אריינגיין אין [א] נייער דירה, און השי"ת זאל אייך העלפען, אז אין דער נייער דירה זאלען זיך אלע בני בית אייערע שטארקען זיך מיט פרישע כחות אין אלע ענינים פון תורה ומצות ויראת שמים, און אויב די שכנות איז ניט אזא פרומע ווי אין דער פאריגער דירה זאל אייער הויז זיין דער סענטער פון וועלכען עס זאל זיך אויסשפרייטען אויך אין דעם געגענד דער נר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה זוהי פנימיות התורה.
הרה"ח גרינגלאס שי' שרייבט מיר אויך, אז אייער זון... שי' ווערט בר מצוה, ט"ו תמוז, און צוליב א געוויסער סיבה, ווילט איר מאכען די פייערונג קומענדע וואך. וויל איך אייך ווינשען אז איר זאלט האבען פון עם פיל נחת, אידישן נחת, וואס בא אידען קען ניט זיין איינע אן דאס אנדערע, וואס מען וויל האבען נחת, מוז דאס זיין אידישער נחת, און דאן האט מען א גאנצען זון בגשמיות וברוחניות.
עס זיינען פראן פילע עלטערען וואס פרעגען, פון וואנען וועלען זייערע קינדער נעמען די כחות אויף צו ביישטיין די אלע נסיונות און שוועריגקייטן וואס א אידען קומט אויס אויסצושטיין אויף דער וועלט:
דער ענטפער אויף דעם איז א) אין ברירה, ווארום יעדערער סיי א זון און סיי א טאכטער, וועלכער זיינען געבארען אלס איד, האבען זיי דעם זכות און די כחות וועלכע זיינען שייך צו א אידן, און קענען דאס ניט ענדערן, נאר דער אויסוואל איז צו פירען זיך ווי אידען דארפן זיך פירען און דענסטמאל זיינען זיי גליקלעך בגשמיות וברוחניות. ב) מעשה אבות סימן לבנים. דער ערשטער בר מצוה וואס עס ווערט דערמאנט אין דער תורה בא דעם בן יחיד פון א אידן, יצחק בן אברהם, ווערט דערציילט אין מדרש אז אברהם זי[י]ענדיק א מלך אין יענער צייט, זיינען אנוועזענד געווען בא דער בר מצוה פייערונג, די מלכים פון יענעם דור, און צווישען זיי אויך עוג מלך הבשן, און דער לעצטער האט אפגעלאכט פון דעם גאנצען פאראד, זאגענדיק, וואס פאר א באטרעף האט א בן יחיד פון א אלטען טאטען און מאמען, וועמען ער קען צורייבען מיטן פינגער, ח"ו, און דער סוף איז געווען ווייסן מיר אלע אז פון יצחק'ן איז ארויסגעקומען דער עם ישראל, און אין די הענט פון זיינע - יצחק'ס - אייניקלעך איז געפאלען אט דער עוג מלך הבשן, און פון זיי האט ער געהאט זיין מפלה.
דער מדרש דערציילט ניט גלאט אזוי די מעשה, ווארום דער מדרש איז ניט קיין היסטאריע בוך, נאר דאס איז א חלק פון תורה, וואס תורה איז דער מיין, לימוד - לערנען - והוראה - א וועג אין לעבן, די דערציילונג לערנט אונז אויך, אז אפילו ווען מען איז ניט מער ווי א בן יחיד איד, און דער ארום איז געגנער פון מלכים, פון דעסטוועגען איז פראן די גאנצע פארזיכערונג, אז ווען דער זון וועט ערצויגען ווערן אין דעם דרך התורה והמצוה, וואס דאס איז דער כח פון פעסטקייט פון אלע אידען - אן אונטערשייד - איז דענסטמאל ניטא קיינער וועלכער זאל אים שטערען אין דעם וועג פון געזונט און גליק, ווי[י]לע ער איז דאך פארבונדען - דורך תורה ומצות - מיט הקדוש ברוך הוא, וואס ער - ברוך הוא - איז דער אבסאלוטער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט מיט אלעס וואס די וועלט פארמאגט, או השי"ת זאל מזכה זיין אייך און אייער פרוי שיחיו צו מחנך זיין אייער זון דעם בר מצוה אין דעם אויבענגעזאגטען גייסט וואס דאן וועט ער אויסוואקסען א געזונטער גליקליכער איד.
B"H, 12 Sivan, 5712.
Brooklyn.
Shalom u'Vrachah!
Through Haraha"ch iy"a nu"n engaged in tzt"z etc. Moreinu Harav Menachem Zev Halevi Greenglass, I received regards from you, and he also writes to me that these days you are preparing to move into a new home. May Hashem help you so that in this new home all your family members will strengthen themselves with renewed energy in all matters of Torah, mitzvos, and fear of Heaven. And if the neighborhood is not as religious as your previous one, may your house be the center from which the candle of mitzvah and the light of Torah—and the inner dimension of Torah—will spread throughout the area.
Haraha"ch Greenglass also writes to me that your son... will become Bar Mitzvah on the 15th of Tammuz, and due to a certain reason you wish to celebrate it next week. I want to wish you that you should have much nachas from him—Jewish nachas—which for a Jew cannot be separated; if one wants nachas, it must be Jewish nachas, and then one has a complete son both physically and spiritually.
There are many parents who ask: From where will their children get the strength to withstand all the trials and difficulties that a Jew faces in this world? The answer is: a) There is no choice—because every son or daughter born as a Jew has the merit and strengths relevant to a Jew; they cannot change this. The only choice is whether to conduct themselves as Jews should—and then they are happy both physically and spiritually. b) Maaseh Avos siman lebanim (the deeds of our forefathers are a sign for their children). The first Bar Mitzvah mentioned in Torah is that of Yitzchak ben Avraham—the only son of a Jew. The Midrash tells us that Avraham, being a king at that time, had present at Yitzchak's Bar Mitzvah celebration all the kings of that generation—including Og king of Bashan. Og mocked the entire event, saying: What significance does an only son have from old parents whom he could crush with his finger (G‑d forbid)? But we all know how it ended: from Yitzchak came forth Am Yisrael, and into the hands of his descendants fell Og king of Bashan—and from them he met his downfall.
The Midrash does not tell this story simply as history—for Midrash is not a history book—but as part of Torah, whose purpose is learning and instruction—a way in life. This story teaches us that even when one is merely an only Jewish child surrounded by opposing kings, there remains complete assurance: when the child is raised in the path of Torah and mitzvos—which is the source of strength for all Jews without exception—then nothing can hinder him on his path toward health and happiness. For he remains connected—through Torah and mitzvos—to Hakadosh Baruch Hu (the Holy One Blessed Be He), Who is the absolute Master over the entire world with everything it contains.
May Hashem grant you and your wife long life to educate your Bar Mitzvah son in this above-mentioned spirit; then he will grow up to be a healthy and happy Jew.
Summary
The Rebbe encourages making one's home a center for Torah influence regardless of surroundings and highlights that every Jewish child possesses innate strength to overcome challenges when raised with Torah values.