Letter # 1429

1429 - י"ח שבט, תשי"ב

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ח שבט, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטען אייער בריף פון 2/[english month] און זיכער האט איר איבערגעגעבען דעם ד"ר ווילדער, וועגען דעם וואס איר שרייבט מיר אין אייער בריף, וועגען דער פאסירונג מיט אייער זון שי'.

ווען איך בין געווען אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האב איך אלעמען מזכיר געווען, און וויל דערמיט ווידערהאלען דאס וואס איך האב שוין עטליכע מאל געזאגט, אז עס איז זיכער אז די ברכה פון צדיק יסוד עולם וועט זיכער מקויים ווערען, עס איז נאר א פראגע פון צייט, עס איז מער ווי זעלבסטפארשטענדליך און עס [איז] איבעריג צו מאריך זיין אין דעם, אויף וויפיל עס איז שווער צו ווארטען אויף דער קומענדער גליקליכער שעה, און בפרט פאר א פאטער און מוטער בא וועמען דער זון שי' איז א בן יחיד, אבער מען דארף זיין שטארק אין בטחון אין דעם בורא יתברך וואס ער איז דער אמת'ר בעל כח און רופא כל בשר ומפליא לעשות, אז זיכער וועט ער ברוך הוא שיקען זיין רפואה אין דער געהעריגער צייט, און איר מיט אייער מאן שיחיו וועלען מיט פרייד דערמאנען יענע צייט וועלכע ער האט געליטען און וועט האבען פיל נחת פון אייער זון שי'.

דאס וואס איר שרייבט אז איר האט אויפגעהערט צו געבען אייער זון די פילען וועלכע ד"ר ווילדער האט אים געגעבען, האט איר וועגען דעם געדארפט דורכריידען מיטן ד"ר ווילדער און הערען זיין מיינונג וועגען דעם.

און וועגען אייער פראגע, צי זאלט איר זיך ווענדען צו א אנדער דאקטאר, איז אויב איר ווילט קאנסאלטען נאר, וויל איך אייך ניט אפהאלטען, אבער וויבאלד אז מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אייך געראטען אז אייער זון שי' זאל באהאנדעלט ווערן דורך דעם ד"ר ווילדער, קען מען זיך פארלאזען אויף אים, איר דארפט נאר אינפארמירען דעם ד"ר ווילדער, אז ער זאל שטענדיג וויסען די לאגע פון אייער זון שי'.

איך שליס מיין בריף מיט א טיפן וואונש אז די ברכה פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זאל מקויים ווערען אין גיכען און איר מיט אייער מאן שיחיו זאלט געזונטערהייט איבערגעבען וועגען דעם.

בברכה.

נ"ב: וויבאלד איר דערמאנט ניט אין אייער שרייבען וועגען אייך, האף איך אז אייער געזונט און דער געזונט פון אייער מאן שיחיו איז צופרידענשטעלענד.