Letter # 1430

אגודת נשים צעירות ליובאוויטש, ד' עליהן יחיו

1430 - מוצש"ק כ"א שבט, תשי"ב

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, מוצש"ק כ"א שבט, תשי"ב

ברוקלין.

אגודת נשים צעירות ליובאוויטש, ד' עליהן יחיו

ברכה ושלום!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען אייער בריף אין וועלכען איר גיט איבער אין אלגעמיינע שטריכען וועגען אייער ארבעט און זייט אויך מודיע אז דעם מוצש"ק פ' יתרו קומט פאר בא אייך א "מלוה מלכה".

און אין ענטפער אויף דעם בריף, וויל איך אויסדריקען מיין וואונש און ברכה, אז איר זאלט ערפילען די האפנונג וואס דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט געלייגט אויף אייער פאראייניגונג, וואס דברי צדיקים קיימים לעד, און וואס דער וואונש און פארלאנג פון א צדיק, איז דאס ניט סתם א פארלאנג, נאר דאס איז אויך א נתינת כח, דאס הייסט אז דאס גיט ספעציעלע כחות צו די פון וועמען דער רבי פארלאנגט, אז מען זאל נאכקומען זיין פארלאנג אין דער פולער מאס, א ספעציעלער שטריך איז אויך געווען בא דעם רבי'ן כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואס זיינע פארלאנגען און פאדערונגען האט ער דאס אויך געגעבען אין אזא פארם, אז יענער זאל ממלא זיין דאס בחסד ובשמחה, און אלע די וואס זיינען זוכה צו זיין אין דער פאראייניגונג, שנתיסדה ווען דער רבי איז געווען בעלמא דין, און וואס עס איז זיכער אז אויך איצט איז ער - כ"ק מו"ח אדמו"ר - מגין אויף דער פאראייניגונג ובכלל און אויף יעדער איינע פון די חברות בפרט, וועט איר זיכער אנווענדען אלע אייערע כחות אויף נאכצוקומען זיינע פארלאנגען פון אייך, און פארשאפען דערמיט א נחת רוח אין פולען זין פון ווארט, וואס דאס איז אויך א צנור און א כלי אויף ממשיך זיין ברכה והצלחה אין אייערע ענינים פרטים אויך.

עס איז אויך זעלבסטפארשטענדליך, אז אייער אויפגאבע באשטייט ניט נאר - ווי איר שרייבט אין אייער בריף - אויף זאמלען פאנדען פאר די מוסדות ליובאוויטש, ווארום ווי גרויס דאס זאל ניט זיין, איז דערמיט אליין איז מען ניט יוצא, און אלס אזוינע וואס אן יעדע פון אייך היינגט אפ א השפעה אין א גרויסע מאס אין די הייזער אייערע און אויך די ווירקונג אויף א באשטימטער סביבה, דארפט איר אויך דינען אלס לעבעדיגער ביישפיל, ווי א ליובאוויטשע פרוי באדארף זיך אויפפירען פערזענליך, ווי אזוי זי דארף אוועקשטעלען איר הויז, און וועלכע ווירקונג זי איבט אויס אויף איר גאנצער אומגעבונג, אז מען זאל קענען מיט שטאלץ זאגען, ראו גידולים שגדלתי, אט דאס הייסט די אמת'ע חסידישע פרוי און פון איר קען מען זיך אפלערנען.

און ווי עס שטייט אין דער סדרה וואס מען האט היינט שבת אין דער פרי געלייענט אין דער תורה, כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל, זאגט אויף דעם דער מדרש, אז הקב"ה אט געזאגט צו משה רבינו, פריער תאמר לבית יעקב אלו הנשים און דערנאך ותגיד לבני ישראל אלו האנשים, און אויף דעם וועג וועט די תורה האבען א קיום בא אידען, און אזוי איז אויך בפרט אין דער הנהגה פון דרכי החסידות און פון הנהגת החסידים דארפט איר איינשטעלען זיך אז מען זאל זעהן דעם תאמר לבית יעקב און דעם ריכטיגען שטעל אין אייערע הייזער, און מיט דער צייט אין די הייזער פון אייערע גוטע פריינד און באקאנטע.

בברכת הצלחה בעבודתן.