Letter # 1406

1406 - ד' שבט ה'תשי"ב

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ד' שבט ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו באקומען א ידיעה דורך מיין סעקרעטאר, אז אייער פרוי שתחי' איז שוין ב"ה אין דערהיים און ערהוילט זיך גוט. איך האף, אז עס וועט גיין פון גוט צו בעסערס.

איך וויל נאך אמאל מעורר זיין בנוגע אייער שוועסטער און וואס איר האט געדארפט מברר זיין וועגן די גירות.

זיכער ווייסט איר פון ספרים הקדושים אויף וויפל עס איז נוגע אפילו א טאג אין דער פראגע פון גירות.

איך האף, אז איר וועט זיך אפגעבן מיט דער זאך בזריזות, און וועט מתקן זיין וואס מדארף מתקן זיין, וואס פריער. ס'איז אויף דרויף ניטא קיין תירוץ, אפילו אויב עס דוכט זיך, אז מ'וועט ניט אויספירן, ווארום, דער אמת איז, אז אויב מ'טוט מיט אן ערנסטקייט, טוט מען אויף פריער-שפעטער, און לכל הפחות אין א באשטימטער מאס. איך האף צו הערן גוטע בשורות וועגן דעם.

אין צוזאמענהאנג מיט[ן] 2'טן יארצייט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, לייג איך ביי א רשימה פון מיינע הצעות ווי זיך נוהג צו זיין. איר, אלס איינער וואס האט זוכה געווען צו זיין בא אים פערזענליך, וועט זיכער וועלן ממלא זיין א טייל פון די הצעות בנוגע דעם יארצייט, אדער אלע.

בברכה צו הערן פון אייך גוטע בשורות.