ב"ה, ב' שבט, תשי"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין פארזעצונג צו אונזער אונטעריידונג וואס איז געווען בעת איר האט מיך באזוכט, וויל איך דערביי אונטערשטרייכען וועגען דעם וואס עס האט זיך גערעט, און דאס איז, אז יעדער מענש דארף זיך באטראכטען און אריינקלערין אין דעם, אז ער איז באשאפען געווארען דורך דעם רבונו של עולם, איז דאס זיכער אז עס איז אין דעם דא א כוונה, וואס די כוונה איז ווי עס שטייט אין דער משנה אין מס' קדושין, "אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני" דאס הייסט אז דער מענש איז באשאפען געווארען צו אויספילען דעם אויבערשטענס ווילען אין דער וועלט, און וואס איז דער ווילען פון השם יתברך, איז שוין קלאר און דייטליך געזאגט געווארען אין דער תורה שבכתב און תורה שבעל פה, אין וועלכע עס איז דא גענויע אנווייזונגען ווי מען דארף זיך אויפפירען אין דעם טאג טעגליכען לעבען, און ניט נאר פאר רבנים שוחטים מלמדים נאר אויך פאר סוחרים, אנגעשטעלטע, דאקטוירים, לאייערס א.א.וו.
דער אנפאנג פון א אידן איז, אז ווען ער שטייט אויף פון שלאף זאגט ער מודה אני לפניך מלך חי וקים שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך" דאס הייסט, אז ער אנערקענט אז השם יתברך איז דער בעל הבית פון דער וועלט און רעגירט די וועלט מיט חמלה רבה, דאס מיינט, אז דאס וואס השם יתברך פארלאנגט פון א מענשן און פון א אידן בפרט, פאדערט ער - ברוך הוא - נאר דאס וואס מען קעןטאן מער פינקטליכער, דאס וואס עס ווערט געפאדערט פון א אידען, איז זיכער אז אין דער פאסענדער צייט, קען ער - דער מענש -דאס ערפילען.
און בפרט אין אייער פאל, אז השם יתברך האט אייך געהאלפען און איר האט זיך איינגעארדענט אין אייער שטאט, און האט אויך איינפלוס אויף אייער סביבה, דארפט איר און מוזט זיך אינטערעסירען אלס שליח - מעסענזשער - פון השם יתברך, טאג איין טאג אויס, צו באלייכטען אייער סביבה מיט דער ליכטיקייט פון תורה ומצות, און -
מען קען זיך ניט צופרידענשטעלען מיט דעם מצב ווי ער איז געווען נעכטען, און זאגען אז מען האט שוין יוצא געווען זיין חוב, ווארום א באווייז אויף א זאך אז דאס לעבט, איז דאס אז עס וואקסט, און ווי מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט געזאגט א משל אויף דעם גייסטיגן לעבען פון א אידן, אט אזוי ווי איינער וואס קלעטערט אויף א משופע'דיקער בארג, קאן ער זיך ניט אפשטעלען אין מיטען, ווארום ווי ער זאל ניר אפשטעלען זיך, וועט ער זיך אראפגליטשען, און מען דארף זיך ניט שרעקען ווי קאן מען דאס שטענדיג קלעטערען - גיין ארויף - אן אויפהער איז דאס ווי פריער געזאגט, אז וויבאלד השם יתברך פאדערט דאס, איז זיכער אז ער - ברוך הוא - גיט כחות און מעגליכקייטן אויף דעם, און א ביישפיל אויף דעם קען מען אויך זעהען פון דעם מענשליכען קערפער, וואס די פארשידענע גלידער פון מענשן, מוזען האבען רוה, פון צייט צו צייט, אבער דער מוח און די הארץ, ארבעטען שטענדיג אן אויפהער, און דאס איז א באווייז אז דער מענשליכער קערפער, לעבט.
איך האף, אז איר וועט זיך אריינטראכטען אין דעם וואס מיר האבען גערעט, און אין דעם וואס איך שרייב אייך דא, און השם יתברך זאל שטארקען אייך צו אויספירען אייער רוחניות'דיקע אידישע שליחות פון השם יתברך, אין אייער שטאט נארוואלק, צו בעאיינפלוסען אייער סביבה און די אלע אויף וועלכע איר האט איינפלוס, צו מאכען זיי נעהענטער נאך מער, צו אידישקייט און תורה ומצות. און אז איר וועט טאן אין דעם ווי געזאגט, וועט דאס זיכער מיט הצלחה זיין.
איר האט מיר דערציילט וועגען אייער זון און טאכטער שיחיו, און ניט וויסענדיק אויב זיי לייענען פליסיג אידיש, לייג איך דא ביי א קאפיע פון א בריף וועלכע איך האב געשריבען צו א גרופע סטודענטען וועלכע האבען מיר באזוכט, און איך האף אז דאס וועט אינטערעסירען אויך אייערע קינדער שיחיו.
איך ווינש אייך איר זאלט אנזאגען מיר גוטע בשורות וועגען דאס אלעס אויבענדערמאנטע, און האפענטליך אז מיר וועלען זיך נאך זעהען פאר אייער אפפארען און מעגליך נאך פריער ווי מיר האבען גערעדט ווען איר זייט געווען בא מיר.
בברכה.
B"H, 2 Shevat, 5712.
Brooklyn.
Shalom u'Vrachah!
In continuation of our conversation during your visit to me, I want to emphasize what we discussed: Every person must reflect and internalize that he was created by the Master of the World. It is certain that there is a purpose in this, as stated in the Mishnah in Maseches Kiddushin: "Ani lo nivra'ti ela leshamesh es koni" (I was only created to serve my Creator). This means that a person was created to fulfill the will of the Almighty in this world. What is the will of Hashem? It has already been clearly stated in the Written Torah and Oral Torah, which contain precise instructions on how one should conduct oneself in daily life—not only for rabbis, shochtim, or teachers but also for businessmen, employees, doctors, lawyers, etc.
The beginning of a Jew's day is that when he rises from sleep he says Modeh Ani Lefanecha Melech Chai Vekayam Shehechezarta Bi Nishmasi Bechemlah Rabbah Emunasecha (I thank You living and eternal King for compassionately returning my soul; great is Your faithfulness). This means he recognizes that Hashem is the Master of the world and governs it with great compassion. Thus, what Hashem asks from a person—and from a Jew in particular—He only demands what can be done precisely. What is required from a Jew can certainly be fulfilled at the appropriate time.
Especially in your case—since Hashem has helped you settle into your city and you also have influence on your surroundings—you must take an interest as a shliach (messenger) of Hashem to illuminate your environment with the light of Torah and mitzvos every single day. One cannot be satisfied with yesterday's state or say one has already fulfilled his obligation. The proof that something is alive is that it grows. As my father-in-law, my revered teacher and Rebbe zatzal said: Spiritual life for a Jew is like climbing a sloped mountain—one cannot stop midway; if he does so he will slip downwards. And one should not fear how it is possible to constantly climb higher without pause; as mentioned before—since Hashem demands this—it is certain that He gives strength and ability for it.
An example can be seen from the human body: various limbs need rest from time to time but the brain and heart work continuously without pause. This proves that the human body lives.
I hope you will contemplate what we discussed and what I write here. May Hashem strengthen you to fulfill your spiritual Jewish mission from Hashem in your city Norwalk—to influence your environment and all those upon whom you have influence—to bring them even closer to Judaism and Torah and mitzvos. If you do so as described above, it will surely be with success.
You told me about your son and daughter sheyichyu (may they live), and since I do not know if they read Yiddish fluently I am enclosing here a copy of a letter I wrote to a group of students who visited me; I hope this will interest your children as well.
I wish you to inform me of good news regarding all the above-mentioned matters. Hopefully we will see each other before your departure or perhaps even earlier as we discussed when you were here with me.
Summary
The Rebbe teaches that every Jew's purpose is to serve Hashem by fulfilling Torah and mitzvos daily with growth and vitality. We must strive continually upward without complacency, using our unique influence to inspire others toward greater connection with Judaism.