Letter # 920

None

920- פורים קטן, כללי אנטי שמד, שע"י ועד מגיני ומרחיבי החנון־ הכשר

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, פורים קטן, ה'תשי"א ברוקלין.

אל אחינו בני ובנות ישראל, ולאלו אשר בניו-יארק רבתי בפרט, ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

געוויסע אידישע קרייזן, וואו תורה און מצוות זיינען ליידער, לעת עתה, אין אן אפגעלאזענעם מצב, זיינען אויסגעשטעלט צו דער געפאר פון א גרויסער פראפאגאנדע מצד מיסיאנערן, וועלכע צילן, אויף אן אפענעם אדער פארשטעלטן אופן, צו שמד ר"ל.

ספעציעל פארלעגן זיי זיך אויף קינדער, וועמענס אידישע דערציאונג איז פארנאכלעסיקט געווארן.

אויב אלעמאל איז געווען, אז כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, היינט על אחת כמה וכמה איצט, ווען מען האט מיט אמאל צוגענומען פון אונז מיליאנען פון אונזערע ברידער און שוועסטער הקדושים והטהורים שנהרגו על קידוש השם, איז יעדער נפש אן עולם מלא, און מען מוז אנווענדן די גרעסטע כוחות אויף אפהיטן זיין פארבונד מיט שמו יתברך.

גרויס איז די אחריות בנוגע קינדער בפרט, וואס זיי דארפן אין דער צוקונפט בויען א בית בישראל, איז יעדע שלעכטע השפעה אויף זיי, ומכל שכן א השפעה פון כפירה ר"ל, נוגע לדורותיהם ולדורות דורותיהם.

איך בין דערפאר געווען העכסט צופרידן צו הערן וועגן א גרעסערע התעוררות וואס האט זיך אנגעהויבן אין פאראנטווארטליכע אידישע קרייזן אנצונעמען פראקטישע שריט צו באקעמפן די פארפירערישע השפעות, און צו פארהיטן אידישע נשמות פון אפגעריסן צו ווערן ח"ו פון אידישן מקור. 

איך בין ספעציעל צופרידן צו אונטערשטיצן די הצלת נפשות ארבעט פון "ועד מגיני ומרחיבי החינוך הכשר", געגרינדעט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אונטער דער אויפזיכט פון "מרכז לעניני חנוך", וועלכע האט אויסגעארבעט גרעסערע פלענער אויף דעם געביט און טרעט-צו צו זייער פארווירקליכונג. 

עס איז זיכער די פליכט פון יעדן אידן, מאן אדער פרוי, מיטצוהעלפן אין דער דאזיקער וויכטיקער און דרינג[ענ]דער ארבעט לויט זייערע בעסטע מעגליכקייטן, און דער זכות פון דער מצוה פון הצלת נפשות וועט זיי געוויס ביישטיין להתברך בכל טוב. 

בברכה,

מנחם שניאורסאהן