Letter # 908

ב' אדר ראשון, ה'תשי"א ברוקלין

908 - The Mitzvah of Kindness and Its Rewards

The Rebbe emphasizes the importance of offering extra friendship and attention to the recipient’s uncle, noting both its human and Torah-based significance. He assures that such kindness brings great merit and, as the Previous Rebbe taught, Hashem always repays, blessing them with success, happiness, and nachas from their son.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ב' אדר ראשון, ה'תשי"א ברוקלין

שלום וברכה!

איך האב געהאט פארשידענע געריסן פון אייער פעטער... דורך אונזערע משולחים פון צייט צו צייט זייענדיק אין דער שווייץ, און דורך אייערע קרובים דא.

איך האב אויך געהאט די געלעגנהייט פערזענליך צו באקענען זיך מיט... און צו זען אויף ווי ווייט אזא כאראקטער ווי זיינער נויטיקט זיך אין פריינטשאפט און פריינטליכער אויפמערקזאמקייט.

ס'איז זיכער איבעריק אייך אויפמערקזאם צו מאכן דרויף, אדער צו באטענען די גרויסקייט פון דער זאך סיי פון שטאנדפונקט פון מענטשליכקייט, סיי פון שטאנדפונקט פון דער תורה. איך ערלויב מיר אבער צו אונטערשטרייכן די גרויסע מצוה וואס איר און אייער פרוי תי' וועלן האבן דורך געבן אייער פעטער... מער ווי געוויינליכע אויפמערקזאמקייט און פריינטשאפט.

לויט א ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אז דער אויבערשטער בלייבט קיינמאל ניט א בעל חוב, בין איך זיכער, אז דער אויבערשטער וועט אייך אפצאלן דורך אסך הצלחה און א גליקליכן לעבן און פיל נחת פון אייער זון שי'.

בברכת ברכה והצלחה אייך און אייערע ב"ב שי'.

מנחם שניאורסאהן