ב"ה, ערש"ק מברכים חודש אייר, ה'תשל"ז
ברוקלין, נ.י.
צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פאר דעם מוסד-חינוך "אהלי תורה",
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דעם בעפארשטייענדן דינער ביום א' פ' אחרי-קדושים הבע"ל, ויהי רצון אז עס זאל זיין מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטן.
כידוע, איז די פרשה פון דער וואך א קוואל פון הוראות פון תורת-חיים (הוראה בחיים) פאר אלע געשעענישן פון דער וואך, בפרט וויכטיגע געשעענישן וואס זיינען דירעקט פארבונדן מיט תורה.
לכאורה איז א פלא וואס די פרשה אחרי הויבט זיך אן מיט די פרטים פון עבודה פון כהן-גדול אין דעם טאג פון יום-הכפורים, וואס דאס איז דאך נאר איין טאג אין יאר, אחת בשנה, בפרט נעמענדיג אין אכט, אז די דינים פון דער פרשה זיינען אנגעזאגט געווארן אין חודש ניסן און די עבודה האט ערשט געדארפט דורכגעפירט ווערן מיט זעקס חדשים שפעטער – בה בשעה, אז די טאג-טעגלעכע הנהגה און פליכטן פון די כהנים ווערן געגבן שפעטער, אין דער פרשה אמור (אל הכהנים).
איינע פון די דערקלערונגען אין דעם איז, אז בשע מ'דארף אריינפירן די כהנים אין עניני כהונה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט קדושה – און א העכערע קדושה פון סתם א אידן וואס געהערט אוים צו "ממלכת כהנים וגוי קדוש", דארף מען וויסן, אז דער יסוד און כח פון דער קדושה נעמט זיך פון קודש הקדשים – אין ארט (בית המקדש), אין צייט (יום –הכפורים), און אין פערזאן פון דעם וואס שטעלט מיט זיך פאר דעם "קודש הקדשים" פון "ממלכת כהנים וגוי קדוש" (וואו אלע דריי זאכן פאראיינציקן זיך און קומען צום אוסידרוק אין דער העכסטער מדרגה פון קדושה, ווי דערקלערט אין חב"ד אין דעם ענין פון עולם, שנה, נפש).
און דא איז אויך אן אנווייזונג בנוגע חינוך על טהרת הקדש, וואס די נקודה פון חינוך איז צו געבן דעם קינד אן ערציאונג פון גם כי יזקין לא יסור ממנה – אז דאס זאל ווירקן זיין גאנצן לעבן און דורכדרינגען זיין טאג טעגלעכע הנהגה, ווי עס ווערט ערווארטעט פון יעדן איינעם און איינע וואס געהען צו ממלכת כהנים וגוי קדוש.
אין דעם געביט פון חינוך, זיינען אויך פאראן די דערמאנטע דריי זאכן: דער מוסד חינוך וואו דאס קינד לערנט, די פארמאטיווע יארן פון חינוך ווען דער יסוד ווערט געלייגט פאר דעם גאנצן לעבן, און די מחנכים און הנהלה וועלכע פירן דורך די עבודת הקדש פון חינוך – דאס זיינען, אזוי-צו-זאגן, די דריי יסודות (עולם, שנה, נפש) פון חינוך, וואס אלע דריי צוזאמען דארפן זיך פאראייניגען אין דער העכסטער מדרגה פון קדושה.
אבער כדי דאס צו פארווירקלעכן בפועל ממש, דארף מען האבן די מיטארבעט און מיטהילף פון די עלטערן און פון די פריינד און שטיצער פון דעם מוסד חינוך, און דאס איז די אויפגעבע פון דעם יערלעכן דינער, וואס קומט פאר אחת בשנה, אבער דארף לייגן דעם יסוד פאר שאפן די נויטיגע מיטלען, בגשמיות וברוחניות, פארן גאנצן יאר, בכדי אז דער מוסד זאל קענען דערפילן זיין אויפגעבע אין דער פולסטער מאס און אויף דעם בעסטן אופן.
ויהי רצון אז דאס אלעס אובנדערמאנטע זאל געפינען דעם ריכטיגען אפקלאנג און ריכטיגען אויסדרוק בא דעם דינער פון מוסד חינוך "אהלי תורה", און יעדער איינער און איינע זאל טאן אין דעם בשמחה ובטוב לבב
בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות
מ. שניאורסאהן