Letter # 11

None

11,968

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ז' מרחשון, ה'תשל"ז ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

נאָכן אָפּשלוס פון חודש תשרי, וואָס ווערט באַצייכנט אין ספרים אלס חודש הכללי פון דעם גאנצן יאָר און וואָס איז אנגעפילט מיט ימים טובים און איבערלעבונגען וואָס נעמען אַרום אַלע געביטן פון גייסטיגען לעבן פון אַ אידן במשך פון דעם גאנצן יאָר אנהויבנדיק מיט יראה און קבלת עול מלכות שמים - די נקודה פון ראש השנה; תשובה - די נקודה פון עשרת ימי תשובה און יום כיפור; קיום המצוות מיט זריזות און שמחה, ביז צום העכסטן אויסדרוק פון שמחה מיט דער תורה - די נקודות פון סוכות, שמיני עצרת און שמחת תורה -

איז די צייט צו דערמאָנען וועגן דעם מנהג וואָס איז געווען פאַרשפּרייט אין פיל ערטער, אַז מוצאי שמחת תורה האָט מען אויסגערופן: ויעקב הלך לדרכו (און יעקב איז געגאנגען זיין וועג),

וואָס דער ענין פון דעם מנהג איז געווען מעורר צו זײן, אַז אַזױ װי מיגייט איצט אריין אין טאָג־טעגלעכן לעבן (לדרכו), דאַרף א איד וויסן, אַז ער איז יעקב, און אַז ער האָט דרכו, זיין אייגענעם דרך, אַ דרך וואָס ציט זיך פון שמחת תורה און איז פֿאַרבונדן מיט דער שמחה פון תורה און מצוות.

דאָס מיינט, אַז מיט וואָס פֿאַר אַ ענינים ער זאל זיך ניט פאַרנעמען אפילו עובדין דחול פון אַ גאַנץ יאָר, דאַרפֿן זיי זיין אין אַן אופן פון כל מעשיך לשם שמים (אַלע דיינע באַשעפטיקונגען זאָלן זיין מיט אַ ג־טלעכע כוונה) און בכל דרכיך דעהו (אין אַלע דיינע פירונגען זאָלסטו וויסן און דינען דעם אויבערשטן).

דער חודש תשרי איז אַ חודש כללי אויך אין דעם זין, אַז אין דעם חודש שאַפט זיך א איד איין "סחורה" פֿאַר דעם גאנצן יאָר, און באַלד דערנאָך דאַרף מען אָנהויבן "אויספּאַקון" די "סחורה" פֿאַר יעדן טאָג אין אַלע פרטים. מיקען ניט יוצא זיין מיט דעם וואָס מ'האט אויפגעטאָן אין דעם חודש הכללי.

אַזוי זיינען פאַראַן אויך מצוות כלליות כאָטש יעדע מצוה און אַלע מצוות דאַרף מען מקיים זיין מיט דער גאַנצער זריזות און הידור. די מצוה כללית דאַרף מען מקיים זיין מיט נאָך אַ גרעסערן הידור און מיט נאָך אַ גרעסערע זריזות, דאָס מקיים זיין די דאָזיגע מצוות דורך יעדן אידן איז נאָך מער נוגע צו אַלע אידן און גאַנצן פאָלק ישראל בכלל.

***

איינע פון די הויפּט מצוות כלליות אין די מצוה פון אהבת ישראל, וואָס אויף דער מצוה ווערט געזאָגט, אַז זי איז אַ כלל גדול בתורה און כל התורה כולה. די דערקלערונג פון דער מצוה איז, אַז אַלע אידן זײנען קומה אחת שלמה, ווי איין גוף, ביז אַז יעדער איד זאָגט אויף יעדן אַנדערן איז אַז ער איז עצמו ובשרו (מיין אייגן פלייש און בלוט). דערמיט דערקלערט זיך אויך פֿאַרװאָס דאָס מקיים זיין אַ מצוה פון יעדן אידן אַלס פרט איז נוגע דעם גאנצן כלל ישראל: ועל אחת כמה וכמה דאָס מקיים זיין מצוות כלליות.

דעריבער איז איצט די צייט, ווי אויבנגעזאָגט, צו דערמאָנען נאָכאָמאָל וועגן די מצוות מבצעים, וועגן וועלכע עס האָט זיך גערעדט באריכות אין די לעצטע חדשים באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן, און פאַרבינדן זיי מיט דעם ענין פון ויעקב הלך לדרכו - אַז מיזאָל גיין אין דעם, טאָן אין דעם נאָך מער ווי פריער, אין איינקלאַנג מיט דעם אָנזאָג מעלין בקודש (דערהויבן אַלע ענינים פון קדושה). און צוליב זייער חשיבות ווערן זיי דאָ נאָכאָמאָל אויסגערעכנט, כאָטש בקיצור: :

מבצע אהבת ישראל - ליב האָבן אַ אידן כמוך (ווי זיך אַליין) מיט אלע קאָנסעקווענצען דערפון.

מבצע חינוך - אין איינפֿאַכן זין, אַז ניט נאָר די אייגענע קינדער, נאָר זיך משתדל זיין אַז יעדער אידיש קינד זאָל באַקומען דעם אמת'ען תורה-חינוך.

מבצע תורה - לייגען ספּעציעלע השתדלות אויף לערנען תורה אין יעדער פרייער צייט, אין צוגאב צום חיוב וואָס יעדער איד איז מחויב צו לערנען תורה אַלע טאָג, באַטאָג און באַנאַכט.

מבצע תפילין – צו זען, אַז יעדער איד זאָל לייגן תפילין, וואָס די מצוה פון תפילין איז איינע פון די ערשטע וועלכע אידן האָבן באַקומען נאָך זייענדיג אין מצרים; און הוקשה כל התורה כולה לתפילין (די גאַנצע תורה איז צוגעגליכן געוואָרן צו תפילין).

מבצע מזוזה – צו זען אַז יעדער צימער אין א אידישער הויז זאָל האָבן אַ כשר'ע מזוזה, וואָס זי היט אַלעמען און אַלע זאכן וועלכע געפינען זיך אין הויז און באַשיצט א אידן וואו ער גייט און שטייט, לויט דעם צוזאג ה' ישמר צאתך ובואך מעתה ועד עולם.

מבצע צדקה – און צו פאַרשפּרייטן די מצוה אויך דורך צדקה־ פושקעס אד"ג, וואָס דורך דער מצוה פון צדקה באַקומט א איד דעם אויבערשטניס ברכות, וואָס ער גיט זיי אַלע בתור צדקה, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

[און אין צוזאַמענהאנג מיט די אויבנדערמאָנטע מבצעים, אויך מבצע בית מלא ספרים - אז יעדער אידישע הויז זאָל האָבן ספרי קודש לכל הפחות א סידור, אַ חומש און אַ תהלים, וועלכע זאָלן אים דערמאָנען צו לערנען און דאוונען אַלע טאָג].

און די ספּעציעלע דריי מצוות כלליות, וועלכע זיינען אָנפֿאַרטרויט געוואָרן צו אידישע פרויען :

מבצע נר שבת קודש (נש"ק) – צו זען, אַז אַלע אידישע פרויען און טעכטער, אויך גאָר יונגע מיידעלעך, זאָלן אָנצינדן ליכט אין צייט פאַר דער שקיעה ערב שבת און ערב יום טוב, אַריינברענגען אידישע ליכטיקײט אין הױז;

מבצע כשרות – אָפּהיטן כשרות אין אַלע שפּייזן און געטראַנקען, סיי באַ זיך אין שטוב און סיי אויסערן שטוב, און טאָן אין כשר מאַכן יעדע אידישע הויז, און דורך כשרות ווערט דער אידישער גוף (און האַרץ און מוח) נאָכמער אויסגעאיידלט און געהייליגט; און

 

מבצע טהרת המשפחה - דער יסוד פון ריינקייט און הייליקייט פון יעדן אידישן קינד, פון יעדער אידישער משפחה און פון דעם גאנצן אידישן פאָלק.

***

דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז עס זאָלן מקויים ווערן אַלע ברכות וואָס אידן האָבן זיך אָנגעוואונטשן צום נייעם יאָר,

עס זאל זיין אַ שנה טובה ומתוקה מיט אַלע פירושים, און עס זאָלזיין, ווי געזאָגט אויבן:

ויעקב וואָס דאָס נעמט אריין אַלע אידן, ניט נאָר די וועלכע זיינען שוין אויך אין דער העכערער מדריגה פון ישראל און ישורון,

הלך - גיין לויט דעם אמת'ן פירוש דערפון, ד.ה. אַוועקגין פון דעם פריערדיגען צושטאנד צו אַ העכערן צושטאנד, וואָרום ווי גוט דער צושטאנד איז, דאַרף מען דאָך אַלעמאָל שטייגן אַלץ העכער אין אַלע ענינים פון קדושה,

לדרכו – אַז "זיין וועג", אפילו אין עניני רשות, ווערט אַ וועג פון ג־טלעכקייט, ווי ער זאָגט גלייך נאָכדעם: ויפגעו בו מלאכי אלקים (עס האָבן אים באַגעגנט ג־טלעכע מלאכים) – אין איינקלאַנג מיט דעם װאָס יעדער איד איז אַ "מלאך" – שליח פון אויבערשטן צו מאַכן פאַר עם אַ "דירה" אין דער דאָזיגער נידעריקסטער וועלט,

אַז מיזאָל דאָס אַלעס אויבנדערמאָנטע טאָן בשמחה, בהמשך צו שמחת תורה, יעקב וועט "אזמרה (זינגען און לויבן) לאלקי יעקב", און זוכה זיין בקרוב צו - ווי די פאָרטזעצונג אין תהלים – תרוממנה קרנות צדיק, ביאת משיח צדקנו.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות בכל האמור

 

מנחם שניאורסאהן