ב"ה, כ"ח ניסן, תשי"ח
ברוקלין
ברכה ושלום!
אין ענטפער אויף איייער בריף פון 4/15 אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער זון אז ער האט זיך באקענט מיט א ניט אידישע, און לויט ווי איר דריקט זיך אויס, גייט זי צו א רב און ווערט אידיש און האלט אן כשרות, און אויך אייער זון - ווי איר דריקט זיך אויס - לייגט איין וועלטען, אויף דער זאך, און איר פרעגט וואס זאלט איר טאן אין אזא פאל.
בעפאר איר באשליסט אייער באציהונג צו דעם, דארפט איר טאן צוויי זאכען,
א) געפינען א וועג אז אייער זון שי' זאל זיך טרעפען מיט אידישע מיידלעך, וואס עס קען דאך זיין אז ווער פון זיי וועט עם געפעלען ווערען, און דאס וועט זיין די בעסטע וועג צו ארויס פון דער גאנצער זאך, און חאטש אין דער לאנד איז ניט אנגענומען אז עלטערן זאלען אפיציעל פארלייגען שידוכים קינדער, אבער ווי עס ווערט געטאן אין טויזענטער פאלען ארדנען איין עלטערן אזוי, אזעלכע געלעגענהייטען, און די קינדער זאלען ניט וויסען, אז דאס שטאמט פון זיי, איר שרייבט אז אייער זון איז אין קאליפארניע און שרייבט ניט אין וועלכער שטאט, אבער דאס איז א שטאט וואו עס זיינען מערערע אידען, איז פראן פערשידענע געלעגענהייטען, דאס צו אראנזשירען, און לויט דער באשעפטיגונג פון אייער זון, איז דאס זיכער פארבונדען מיט אידישע הייזער, דורך וועלכע עס קען געטאן ווערען דאס.
ב) מדארף אויסגעפינען צו וועלכען רב גייט זי דארטען, און וואס מיינט דאס אז זי ווערט אידיש און מן הסתם קענט איר אויסגעפינען דעם נאמען פון דעם רב, דורך אייער זון, אבער אין אזא וועג, אז ער זאל ניט מיינען, אז איר זייט איינשטימיג אויף דער זאך, ווארום דענסטמאל, גייט דאך פארלארען דער פרובען מיטן ערשטען מיטעל.
איר גיט צו אין אייער בריף, אז איר ווייסט ניט פארוואס קומט דאס אייר א.א. וו. - איז אין מערערע פאלען איז אזעלכע פאסירונגען א רעזולטאט פון דעם וואס די מוטער זיינערצייט, ווען זי האט פארשווענגערט מיט דעם קינד, איז ניט אפגעהיט ווי געהעריג טהרת המשפחה, (מקוה, הפסק טהרה, וכו') און אויב אין אייער פאל איז דאס אזוי געווען ח"ו, איז אום צו גוט מאכען דאס אין א געוויסער מאס, דארפמען זעהען איינווירקען אויף אנדערע אידישע פרויען, אז זיי זאלען אפהיטען די דינים פון טהרת המשפחה, און ווען איר [וועט] איינווירקען אויף צווי דריי אמווייניגסטען, וועט דאס אין א געוויסער מאס זיין א פארגעבונג אויף דאס אויבען געזאגטע.
מ'האט געדארפט בודק זיין (אפטשעקין) די מזוזות אין אייער דירה, אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז, און אויך זאלט איר אנהאלטען דעם גוטען מנהג פון בנות ישראל הכשרות, צו געבן אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.
בברכה צו גוטע בשורות,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר
B"H, 28th of Nissan, 5718.
Brooklyn.
Shalom u'Vrachah!
In response to your letter from 4/15 in which you write about your son who has become acquainted with a non-Jewish woman, and as you express it, she is going to a rabbi to become Jewish and keeps kosher, and also your son—as you put it—is investing everything into this matter. You ask what you should do in such a case.
Before deciding your stance on this, you should do two things: (a) Find a way for your son to meet Jewish girls—perhaps he will like one of them, which would be the best way out of the entire situation. Although in this country it is not customary for parents to officially arrange matches for their children, in thousands of cases parents arrange such opportunities so that the children do not know it comes from them. You write that your son is in California but do not specify which city; however, there are several Jews there, so there are various opportunities to arrange this. According to your son's occupation, he is surely connected with Jewish homes through which this can be accomplished.
(b) You must find out which rabbi she is going to there and what it means that she is becoming Jewish. Presumably you can find out the rabbi's name through your son—but in such a way that he does not think you agree with the matter; otherwise, the attempt with the first approach will be lost.
You add in your letter that you do not know why this happened etc.—in many cases such occurrences result from the mother not properly observing Taharas HaMishpacha (mikvah, hefsek taharah, etc.) at the time she became pregnant with the child. If in your case this was so G‑d forbid, then to rectify this somewhat, one should influence other Jewish women to observe the laws of Taharas HaMishpacha. When you influence at least two or three others, it will serve as some atonement for what was mentioned above.
The mezuzot in your home should be checked often to ensure they are all kosher according to halachah. Also, continue the good custom of kosher Jewish women—giving charity before lighting candles on Erev Shabbat and Erev Yom Tov.
Blessings for good news,
In the name of the Lubavitcher Rebbe shlita,
Secretary
Summary
The Rebbe guides parents facing interfaith relationships by urging proactive steps: create opportunities for their child to meet suitable Jewish partners and discreetly investigate any conversion process. He also stresses spiritual rectification through mitzvot and influencing others positively.