ב"ה, יו"ד מ"ח, תשי"ד
ברוקלין.
שלום וברכה!
איך האב באקומען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער באקאנטשאפט וואס אייער טאכטער האט מיט א צייט צוריק געשלאסען מיט א יונגען מאן און מיט דער צייט זיינען זיי דערנעענטטער[ט] געווארען ביז עס איז געשלאסען געווארען א שידוך צווישען זיי און מען האט געשריבען תנאים בשעה טובה ומוצלחת, און איר דיינקט אז דער חתן וואלט אין גוטע אומשטענדן געקענט זיין מער נעהענטער צו אידישקייט ווי ער איז יעצט. און בעט א ברכה אין דעם.
עס איז זעלבסט פארשטענדלעך אז צו יעדער זאך און בפרט צו האבען נחת פון קינדער איידימס און שניר דארפמען זיכער די ברכה פון השי"ת און זיין הצלחה, אבער דאס באפרייט ניט עלטערען צו טאן דאס וואס עס איז אין זייערע מעגליכקייטען אין דער ריכטונג, און אדרבה ווען מען וויל באקומען די ברכה והצלחה פון השי"ת דארפמען צוגרייטען די מיטלען און כלים צו דעם, וואס דורך דעם באקומט מען דאס גיכער און אין [א] גרעסערער מאס, און דאס איז דורך דער פארגרעסערונג פון אנשטריינגונג אין דער ריכטונג.
און דעריבער דארפט איר און אייער מאן שי' אנשטריינגען אלע מיטלען, אז אלץ וואס איז נוגע אייער טאכטער און איר חתן [אין] אידישקייט - זאל פארווירקליכט ווערען בפועל ממש.
און מען דארף זיך ניט באנוגענען מיט דער מאס וואס עלטערען דיינקען, אז דאס איז גענוגענד פאר זיי, ווארום מען דארף ניט פארגעסען אז דער צושטאנד אין אידישקייט וואס מען איז אין די מיטעלע יארען, איז על פי רוב איז דאס וואס עס איז איבערגעבליבען נאכן אפדינגען פון דער מאס וואס זייערע עלטערען האבען זיי געגעבען, וואס צוליב געוויסע סיבות פאלט שוין א טייל פון דעם און א חשוב'ער טייל, און אויב דאס וואס עלטערען די יעצטיקע גיבען זייערע קינדער, איז דאס ניט מיט גענוג לעבעדיגקייט און ווארימקייט, וועט דאך בא די קינדער זייערע אויך פעלען א געוויסער טייל, טא וואס וועט שוין דערנאך פארבלייבען?!
און בפרט אריינטראכטענדיק אז דער יונגער דור האט גרעסערע נסיונות און גרעסערע שוועריגקייטען אין אידישקייט איידער דער פריערדיקער דור און דורות, במילא דארפמען האבען מערערע כלי זיין - וואפען - וואס דאס איז מער צוגעבונדקייט צו תורה ומצות, און מערער ווי מיט א דור אדער צוויי און מערערע דורות פריער.
עס איז ניט ווי מ'רעט זיך איין, אז אמאל האט [מען] באדארפט לערנען שולחן ערוך מיט די קינדער, אז זיי זאלן טאן און פירן זיך ווי אין שולחן ערוך שטייט, און אז היינט איז גענוגענד א סאנדעי סקול, א תלמוד תורה ביז בר מצוה, און דער מאקסימום איז א פארעווע ישיבה, וואס דאס פארשטייט מען און מען זעהט בעשיינפערליך אז עס איז גראדע פארקערט. ווארום אז מען [איז] ערצויגען געווארען און געוואקסען אמאל אין א אידישער פרומער אומגעבונג איז שוין דאס אליין האט געשטארקט אידישקייט אפילו אן א חדר און אן א ישיבה, אבער ווען מ'איז אויפגעהאדעוועט געווארען אין אמעריקא (און בפרט נאך אין די קלענערע שטעט), האט דאס די אומגעבונג געוויס ניט געגעבען און מען דארף גאר זוכען עצות אז די שול און אפילו די ישיבה זאל ניט אפקילען אידישקייט.
און ווען עלטערן לייגען אזויפיל כחות צו באווארענען זייערע קינדער אז זיי זאלן האבען און פארדינען אויף א ברייט פאר זייער גוף, איז נאך מער נויטיגער און וויכטיקער צו באווארענען די קינדער זיי זאלן האבען דעם נשמה ברייט, וואס נאר דענסטמאל קען אויך דער גוף - קערפער - זיין ווי עס באדארף צו זיין.
השם יתברך זאל העלפען אייך און אייער מאן שי' אז דאס אלעס אויבען געזאגטע זאלט איר פארווירקליכען בפועל ממש, און דער ערשטער באדינג אין דעם איז, אז מען דארף זיך אליין מערער צובינדען זיך צו אידישקייט צו אמת'ע אידישקייט, וואס דורך דעם קען מען האפען אז אייערע רייד מיט איערע קינדער וועגען אידישקייט וועט אנגענומען ווערן בא זיי, זעהענדיק אז די עלטערן זייערע טוען דאס אליין און טאקע מיטן גאנצען הארצען.
מיט א וואונש צו אידישן נחת פון אייער טאכטער מיט איר חתן און אויך פון זיך אליין מיט אייער מאן שי'.
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,
המזכיר:
נ.ב.
איך האף אז עס [איז] איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אויף דעם, דאך שרייב איך אויך וועגען דעם, אז לכל הפחות א צוויי חדשים פאר דער חתונה פון אייער טאכטער תחי' דארפט איר באקענען אייער טאכטער, מיט די דינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט טהרה פאמיליען לעבען, און אויך באקענען איר מיט יונגע פרויען וועלכע פירען זיך אין דעם אידישען וועג, חאטש זיי זיינען געבארען אין אמעריקא און קומען אויך פון רייכע הייזער.
B"H, Yud Mem Ches, 5714.
Brooklyn.
Shalom u'Vrachah!
I received your letter in which you write about the acquaintance your daughter made some time ago with a young man, and over time they became closer until a match was made between them and conditions were written up at an auspicious time. You think that the groom could, under better circumstances, be closer to Yiddishkeit than he is now, and you request a blessing for this.
It is self-understood that for everything—especially to have nachas from children, sons-in-law, and daughters-in-law—one certainly needs the blessing of Hashem and His success. But this does not exempt parents from doing everything within their ability in this direction. On the contrary: when one wants to receive Hashem's blessing and success, one must prepare the means and vessels for it; through this, one receives it more quickly and in greater measure. This is accomplished by increasing effort in this direction.
Therefore, you and your husband should exert all means so that everything concerning your daughter and her groom regarding Yiddishkeit should be realized in actual practice. One should not be satisfied with what parents think is enough for them because one must not forget that the state of Yiddishkeit a person has in middle age is usually what remains after much has been lost from what their parents gave them—due to certain reasons, part of it (and an important part) falls away. If what parents now give their children lacks sufficient vitality and warmth, then their children will also lack a certain portion—so what will remain afterward?
Especially when considering that the younger generation faces greater trials and difficulties in Yiddishkeit than previous generations did. Therefore, one must have more tools—weapons—which means more attachment to Torah and mitzvos than even a generation or two or several generations ago.
It is not as some imagine—that once it was necessary to teach Shulchan Aruch to children so they would act as it says there, but today Sunday school or Talmud Torah until bar mitzvah or at most a parve yeshiva is enough. It is clear that the opposite is true: being raised once upon a time in a Jewish religious environment itself strengthened Yiddishkeit even without cheder or yeshiva; but when raised in America (especially in smaller towns), the environment certainly did not provide this. One must seek strategies so that even shul—and even yeshiva—should not cool off Yiddishkeit.
When parents invest so much energy to ensure their children have broad opportunities for their bodies, it is even more necessary and important to ensure they have breadth for their souls—for only then can the body also be as it should be.
May Hashem help you and your husband that all of the above should be realized practically; the first condition for this is that you yourselves become more connected to true Yiddishkeit—for then you can hope your words about Yiddishkeit will be accepted by your children when they see you yourselves doing so wholeheartedly.
With wishes for Jewish nachas from your daughter with her groom—and also from yourselves together with your husband.
In the name of the Rebbe Shlita,
The secretary: N.B.
I hope it is unnecessary to point this out—but I write anyway—that at least two months before your daughter's wedding you should acquaint her with the laws connected to family purity life, and also introduce her to young women who conduct themselves in this Jewish way—even though they were born in America and come from wealthy homes.
Summary
The Rebbe teaches that today's youth face greater spiritual challenges than previous generations. Parents must increase warmth, effort, and personal example in transmitting authentic Judaism so their children will embrace it deeply despite modern obstacles.