ב"ה, כ"ג תמוז, תשי"ג
ברוקלין.
שלום וברכה!
איך האף אז אייער נסיעה פון דאנעט איז געווען כשורה, און צו דער צייט ווען דער בריוו וועט אנקומען, וועט איר, לויט אייער פארויסגעשטעלטן סדר, שוין זיין בארצנו הקדושה, תבנה ותכונן על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו אמן. האפנטלעך האט איר אויך אויסגעניצט אייער רייזע ביז ארץ ישראל צו פארשטארקן יהדות אין די ערטער וואו איר האט זיך אפגעשטעלט, לויט די אומשטענדן.
בהמשך צו דעם שמועס, וואס מיר האבן געהאט פאר אייער אפפארן, וויל איך דא נאכאמאל איבער'חזר'ן אין קורצן מיינע רייד, ווי אויך דערגענצן אייניקע נקודות, נאך א קורצע הקדמה:
עס איז א באוואוסטער יסוד בתורתנו הקדושה, אז יעדער ענין איז בהשגחה פרטית, און, לויט דעם באקאנטן מאמר רז"ל, אז אלץ וואס ג-ט טוט איז צום גוטן. די השגחה פרטית מערקט זיך בפרט אין א זאך וואס פאסירט אונדערווארטעט אדער אויף א ניט געוויינלעכן אופן. אויף אזא אופן איז פארגעקומען אונזער צוזאמענטרעפן זיך אין די טעג פאר אייער אפפארן אין א ניט פארויסגעשטעלטער צייט, און דעריבער באטראכט איך עס אלס א דייטלעכער ענין פון השגחה פרטית, וואס איר און איך מוזן זיך אנשטרענגען אויסצוניצן אין דער גרעסטער מאס לטוב האמתי, בפרט אין אן ענין וואס איז נוגע לרבים.
עס איז זיכער איבעריק מאריך צו זיין וועגן שווערן מצב פון די ישיבות הקדושות בארצנו הקדושה אין פינאנציעלן זין, וואס וויפל עס ראנגלען זיך מיט זייער מאטעריעלן מצב ישיבות אין דער גאנצער וועלט, ווי ס'איז אייך גוט באוואוסט אפילו פון די ישיבות אין ניו-יארק, נאך פיל שארפער און שווערער איז די מאטעריעלע לאגע פון די ישיבות אין ארץ ישראל, צוליב פארשידענע סיבות. נאך טרויעריקער איז די לאגע, ווען מען זעט אז פון צייט צו צייט ווערט דער מצב הישיבות ניט נאר ניט בעסער, נאר עס קומען צו נייע שטערונגען צו פארבעסערן זייער מאטעריעלן מצב. עס איז אויך זעלבסט-פארשטענדלעך, אז דער שווערער מאטעריעלער מצב פון די ישיבות רופט זיך אפ אויף דער צאל ישיבה בחורים, ניט קוקנדיק אויף דעם מסירת נפש געפיל בא אידן און בפרט בא יוגנט. אין א געוויסע מאס, כאטש אפילו א קליינע, שרעקט עס אפ א צאל עלטערן פון שיקן זייערע קינדער אין די ישיבות בארצנו הקדושה. מצד די דערמאנטע טעמים, איז יעדער ישיבה בחור אין די ישיבות אין ארץ ישראל האט א גרעסערע ווערט, און מען מוז אנווענדן אלע מיטלען צו פארהיטן אז די צאל ישיבה בחורים זאל ניט געמינערט ווערן, און אז זייער צאל זאל שטייגען.
- איינער פון די מיטלען דערצו איז צו פארבעסערן דעם מאטעריעלן- מצב פון די ישיבות. - עס איז דעריבער קלאר, אז מ'טאר ניט דערלאזן קיין זאך וואס קען פארקלענערן די צאל ישיבה בחורים, און ווען אפילו אזא מעגלעכקייט איז בלויז א ספק, מוז מען עס אויך באקעמפן פון ספק, ווארום ליידער האט זיך ארויסגעוויזן, אז וואו עס האט אנגערירט דעם גורל פון די ישיבות האבן זיך אלע ספיקות אין דער לעצטער צייט ארויסגעוויזן אלס בארעכטיקטע.
עס איז דעריבער איבעריק צו אונטערשטרייכן ווי גרויס עס איז די מצוה און חוב פון יעדן אידן צו שטיין אויף דער וואך צו באשיצן די ישיבות הקדושות בארצנו הקדושה אין דער איצטיקער קריטישער צייט. בפרט גרויס איז די אחריות פון די מענטשן וואס האבן א השפעה אויף א גרעסערן קרייז, און נאך מער פון די וועלכע פארנעמען א פראמינענטן ארט אין דער אידישער געזעלשאפט, און זיינען פון די זיילן פון ישיבה-לעבן.
נאך דער הקדמה קום איך צו דער נקודה אין באצוג צום פראיעקט... וואס דארף דינען אלס א מוסד וואו מ'וועט לערנען לימודי קודש, ווי גמרא, תוספות אד"ג, און אויך - להבדיל - לימודי חול כדי אויסצובילדן פראפעסינאלן, ווי אינזשענערן, דאקטוירים אדוואקאטן אא"וו.
ניט אריינגייענדיק אין דער שאלה אליין, אויף וויפל עס איז ראטזאם און ווי ווייט מ'מעג מאכן אזא געמישטן מוסד, וואס די מיינונג געגן דעם פון גדולי ישראל איז באוואוסט מכמה דורות, און קוקנדיק אויף דעם גאנצן ענין מער ניט פון שטאנדפונקט פון די ישיבות בארצנו הקדושה, קען קיין שום ספק ניט זיין, אז די עצם אידייע פון אזא מוסד וועט גורם זיין אפצוציען בחורים פון די ישיבות... און וועט בכלל אפשוואכן דעם מצב פון די ישיבות, וואס מיט די ישיבות, און בלויז מיט די ישיבות, איז פארבונדן דער קיום פון אונזער פאלק.
איך נעם זיך די גאנצע דרייסטקייט צו זאגן דאס אויבנדערמאנטע אזוי שארף, ווייל איך האב געהאט די געלעגנהייט פון נאענט צוצוזען ווי אזוי ענליכע מוסדות האבן געווירקט אויף דער אידישער יוגנט, זייענדיק אין רוסלאנד, שפעטער אין פוילן, דייטשלאנד, פראנקרייך און אמעריקע. מיינע גענויע ידיעות פון פארשידענע קוועלן וועגן די פארשידענע קרייזן יוגנט אין ארץ ישראל, באשטעטיקן מיין מיינונג, אז אזא מוסד פאר פרומע יוגנט אין ארץ ישראל... וועט ברענגען א היזק און חורבן ר"ל שלא בערך מער ווי אן ענלעכער מוסד אנדערשוואו, ווי צ.ב. אין אמעריקע, וואו די אומשטענדן מצד כמה סיבות זיינען אינגאנצן אנדערע.
בברכה.