Letter # 1827

ז' אלול, ה'תשי"ב - מו"ה חיים יעקב שי' [האלמאן]

1827 - איצט אז אייער ביישטייערונג איז שוין אנגעקומען און איבערגעגעבן געווארן צו פארוואנדלט ווערן לפו

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ז' אלול, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' הנדיב מו"ה חיים יעקב שי' [האלמאן]

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו האבן די געלעגנהייט צו ריידן מיט אייך טעלעפאניש און פערזענלעך איבערצוגעבן אייך מיינע וואונשן, אז השי"ת זאל אייך געבן אריכות ימים ושנים טובות ובריאות הנכונה - אין צוזאמענהאנג דערמיט וואס איר האט זיך אונטערגענומען די גרויסע מצוה צו העלפן בויען א הויז פאר חינוך הכשר על טהרת הקדש על אדמת הקדש.

איצט אז אייער ביישטייערונג איז שוין אנגעקומען און איבערגעגעבן געווארן צו פארוואנדלט ווערן לפועל פון דעם תכלית הענין, נעם איך די געלעגנהייט נאכאמאל איבערחזר'ן די ברכה, אז זי זאל אויך ארפקומען מן הכח אל הפועל.

ווארום בכלל זיינען בא אידן דא אלע ברכות בכח, פונדעסטוועגן דער תכלית איז אז די ברכות השי"ת זאלן אראפקומען דא למטה בפועל, וואס דערמיט איז אויך פארבונדן דער ענין פון ירידת הנשמה למטה מאגרא רמא לבירא עמיקתא. אזוי איז בכללות בא אידן און אזוי איז בפרטיות בא יעדן איינעם.

במילא, אזוי ווי איצט איז שוין אייער צדקה אריין לפועל טוב צו פארווירקלעכן אין לעבן, ווינש איך אייך, אז די ג-טלעכע ברכות פאר דער גרויסער מצוה זאלן אויך אראפקומען בפועל ממש לאריכות ימים ושנים טובות ובריאות הנכונה ובכל המצטרך בגשמיות וברוחניות, לו ולזוג' ובני ביתם שיחיו.

אין דער האפנונג צו הערן פון אייך בשורות טובות תמיד כל הימים, וברכת כתיבה וחתימה טובה לו ולזוג' ולכב"ב שיחיו.