Letter # 1426

1426 - י"ח שבט, תשי"ב

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ח שבט, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

דורך הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ באמונה וכו' מוה"ר משה שי' הכהן שייעוויטש האב איך ערהאלטען א פדיון נפש אין וועלכען ער שרייבט מיר אז איר מרת... האט געהאט א אפעריישאן און אז אויך אייער מאן מר... שי' פילט ניט גוט אין געזונט.

ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך אייך ביידען מזכיר זיין לרפואה און צום געזונט בעסערונג, און איך האף אז איר וועט קענען אנזאגען מיר א גוטע בשורה, אז אויך איר פילט אז אייער ביידענס געזונט בעסערט זיך.

בכדי אויף אנהאלטען די ברכות פון השם יתברך, דארפמען צו דעם פארגרעסערען די כלים (אויפנאמס פיהאגקויטען) וואס דאס זינען די זאכען פון תורה און מצות.

מיין מיינונג אין דעם איז, אז איר ביידע האט געדארפט נעמען אויף זיך צו אויסהאלטען א תלמיד און א תלמידה פון די מוסדות וועלכע זיינען אויף דעם נאמען פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אין אונזער הייליק לאנד תבנה ותכונן במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו, אויך זאלט איר מרת... געבען צדקה פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס, יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת קדש, און איר מר... שי' זאלט זאגען יעדען טאג נאכן דאוונען אין דער פריה אטליכע קאפיטלעך תהלים, לכל הפחות ווי דער תהלים ווערט פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש, אויך וואלט געווען זייער גלייך, מען זאל איבערזעהען (בודק זיין) די מזוזות אין אייער הויז, צי זיי זיינען כשר'ה ווי דער דין איז.

הרה"ח הר"מ שי' שייעוויטש הכהן דערמאנט אויך אין זיין שרייבען וועגען אייערע זין מר... ומר... שיחיו, און ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, וועל איך אויך זיי מזכיר זיין צו הצלחה אין זייער מסחר, און אז זיי זאלן פירן א אידישען לעבען א גליקליכען לעבען סיי פארן גוף און סיי פאר דער נשמה, וואס דאס איז די אמת'ע הצלחה וואס מען קען זיך ווינשען און איך בין זיכער אז אויך איר - עלטערן - נוצט אויס אייער ווירקונג אין א פרידליכער וועג אויף צו ערקלערען זיי - אייערע קינדער - אז אזא פירונג בריינגט ליכטיקייט און ווארימקייט אין אידישען לעבען.

איך האף צו ערהאלטען פון אייך א בריף אז איר ביידע פילט בעסער און דאנק אייך פאראויס פאר דער בשורה טובה.

בברכה.