ב"ה, ט"ו שבט, תשי"ב
ברוקלין.
להמתפללים דבית הכנסת אנשי ליובאוויטש בבאסטאן,
ובראשם הפרעז[י]דענט והגב[א](ר)ים, ד' עליהם יחיו.
שלום וברכה!
מיט צופרידענהייט האב איך ערהאלטען דעם גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ באמונה וכו' מוה"ר אלי' שי' סימפסאן, וברך לקחתי ואשיבנו צו איבערגעבען מיין ברכה צו די אלע מתפללים און מעמבערס פון שול מיט זייערע פאמיליעס שיחיו בהמצטרך להם בבני חיי ומזונא רוויחא.
אלס איינע פון די עלטסטע שולען אין לאנד ובפרט אין באסטאן, וועלכע טראגט דעם נאמען ליובאוויטש, איז איבעריג צו באטאנען דעם גרויסן זכות צו האבען אט דעם נאמען פון דער שטאט ליובאוויטש פון וואנען עס איז נתפשט געווארען ביתר שאת וביתר עז דער ענין פון לימוד החסידות און הנהגה בדרכי החסידות זינט די צייט פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדק און ווייטער, וואס דער נאמען ליובאוויטש אליין, ערוועקט א גאנצע שיטה אין לעבען.
און ווי מיין כ"ק מו"ח אדמו"ר האט דערציילט, אז דער נאמען ליובאוויטש (א קליין שטעטל אין ליטא) וועלכעס אין דער רוסישער שפראך באדייט דאס
אהבה - ליבשאפט - איז זיינער צייט געגעבען געווארען צוליב דעם וואס איינער פון די גרינדער פון דער שטעטל, פון די צדיקים נסתרים האט זיך אויסגעצייכענט אין זיין ליבשאפט צו מענשן בכלל און צו אלע באשעפעניש וואס השם יתברך האט באשאפען.
און דאס וואס חסידי חב"ד זיינען פארבונדען מיט דעם נאמען ליובאוויטש, אז דאס ניט קיין צופעליגקייט, און ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט געזאגט אין נאמען פון דעם בעל שם טוב הקדוש, אז יעדער זאל וואס איז אין וועלט איז בהשגחה פרטית, און אזוי איז אויך אין דעם פאל וועלכעס באווייזט אויף דעם טיפען פארבונד פון חסידות מיט די דריי אהבות אהבת השם, אהבת התורה, ואהבת ישראל, וועלכע זיינען אומטיילבאר, און וועלכע דארפען מיטגיין אין דעם טאג טעגליכען לעבען פון יעדער אידען.
די דריי אויבענדערמאנטע אהבות, דריקען זיך אויס אין א געוויסער מאס, אין א שול, וואס אין א שול דאווענט מען און מען זאגט ואהבת את ה' אלקיך - אהבת השם - מען לייענט אין דער תורה, און מען מאכט א ברכה, אשר בחר בנו מכל עם, ונתן לו את תורתו - אהבת התורה - און אין שול ווערען דאך אויך געטאן ענינים פון צדקה, וועלכעס איז א אויסדרוק פון אהבת ישראל.
עס האט מיר באאומרוהיגט צו הערען פון הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר אלי' שי' סימפסאן, אז פילע מופען ארויס פון דעם געגענד וואו די שול געפינט זיך, און עס איז שווער צו האבען א מנין אלע טאג, און אפשר וואלט געווען ראטזאם אז די מעמבערס פון שול זאלען זיך צוזאמענריידען צו איינשטעלען א אפטייל פון דעם שול אין דעם נייעם געגענד וואוהין עס מופען אידען, און ביסלעכווייז וועלען זיי קענען איבערטראגען אלע טעטיגקייטן פון דער שול און ספעציעל די דרכי ומנהגי החסידים אין דעם נייעם געגענד, וואס אויך דארטען זאל דער נאמען ליובאוויטש דינען אלס וועג ווייזער פאר די אנדערע מתפללים ווי חסידישע אידען דארפען זיך פירען.
איך שליס מיט מיין ברכה צו אלע מתפללים בגשמיות וברוחניות.