Letter # 1035

א' סיון - אלי' הירש איינבינדער

Love of Fellow as a Vessel for Love of Hashem

The Rebbe thanks the writer for their good news and expresses joy at their acts of kindness to a fellow Jew in distress. He explains, citing the Alter Rebbe, that "Love your fellow as yourself" is a vessel for "Love of Hashem," and blesses them to receive the Torah with joy and depth on Shavuot.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, א' סיון, תשי"א

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר אלי' הירש[1] שי'

שלום וברכה!

אייער בריף פון כ"ח אייר האב איך ערהאלטן, און דאנק אייך פאר דער בשורה טובה, אז די פרוי פון הרב ... שי' פילט זיך בעסער, און השי"ת זאל אייך מזכה זיין צו אנזאגען שטענדיג בשורות טובות.

עס האט מיך געפרייט צו לייענען אייער שרייבן אז איר און אייער פרוי תחי' האבן געהאלפן צו הרב ... בעת דחקו, וואס דער ענין פון ואהבת לרעך כמוך, האט שוין הלל געזאגט אויף דעם אז דאס איז דער כלל פון תורה, האט מיין שווער כ"ק אדמו"ר מבאר געווען אין נאמען פון אלטען רבי'ן בעל התניא, אז ואהבת לרעך כמוך איז א כלי צו ואהבת את הוי' אלקיך. איך האף, אז אהבת השם און אהבת ישראל וועלן גיין בא אייך צוזאמען, און ווי דער רבי דער צמח צדקה האט געזאגט, אל"ף בי"ת, אלף, אהבה, בי"ת ברכה, גימ"ל גאוה, דלי"ת, דלות, ח"ו.

ולקראת חג השבועות הבע"ל הנני מברכו שיקבל על עצמו את התורה על כל השנה בשמחה ובפנימיות.

  1. 1 איינבינדער