Letter # 810

כ"ח מרחשוון, ה'תשי"א - מרת חנה תחי' גולדשטיין

810 - An effective president inspires self-driven action, reducing constant need for pushing.

לפעול בתל׳ שלא יצטרך למלמד

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ח מרחשוון, ה'תשי"א

ברוקלין

מרת חנה תחי'[1]

ברכה ושלום!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען אייער בריוו פון מוצש"ק פ' לך מיט די בייגעלייגטע פאטאס פון אייערע צוויי קינדער יחיו איר זאלט זוכה זיין מיט אייער מאן צו האדעווען זיי לתורה לחופה ולמעשים טובים.

באזונדער פארגעניגן האט מיר פארשאפט אייער שרייבן אז איר זייט דערוויילט געווארן פרעזידענטין פון דער ארגאניזאציע פאר טהרת המשפחה, און אז די ארבעט האלט אין וואקסן.

דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט אמאל געזאגט, אז א גוטער מלמד איז דער וואס לערנט אויס א תלמיד אז סוף כל סוף זאל ער קענען לערנען אליין און ניט דארפן אנקומען צום מלמד. די זעלבע זאך איז אין געזעלשאפטליכע ארבעט: דער גוטער געזעלשאפטליכער ארבעטער איז דער וואס זיין ארבעט בריינגט אריין לעבעדיקייט אז די מעמבערס פון דער ארגאניזאציע אליין זאלן האבן חשק צו ארבעטן, און ניט דארפן אנקומען יעדן מאל צו די התעוררות מצד דעם פרעזידענט פון דער ארגאניזאציע אדער אנדערע אפיסערס...

מנחם שניאורסאהן

  1. 1 גולדשטיין