ו אדר א
מִשִּׂיחוֹת אאמו"ר: עֶס אִיז א מַעֲלָה נִפְלָאָה, וואָס דעֶר אוֹיבּעֶרשׁטעֶר ב"ה אִיז מְזַכֶּה אוּן מעֶן קְרִיגְט אַ חוּשׁ מִיט אַ געֶשׁמאַק אַ אִידעֶן אַ טוֹבָה טאָן, בִּיז אַז יעֶנעֶר וועֶרט בּאַ אִים טַייעֶרעֶר וִוי עֶר בּאַ זִיך, וואָרוּם אוֹיף זִיך קעֶן עֶר געֶפִינעֶן כַּמָה טְעָמִים פאַר וָואס עֶס קוּמְט אִים זאָל, ח"ו, זַיין נִיט גוּט, אָבּעֶר אוֹיף דעֶם אַנְדעֶרעֶן אִיז דאָס נִיט שַׁיָּךְ כְּלָל.