Letter # 5438

ט' אייר, תשי"ז

5438 - Giving Tzedakah with Trust, Not Conditions

The Rebbe advises explaining that we don’t make deals with Hashem—first we give tzedakah, then we pray with trust, knowing Hashem will fulfill our heartfelt requests.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט' אייר, תשי"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

... איר דארפט ערקלערין דער מוטער תחי' פון דער אויבען דערמאנטער, אז מיט הקב"ה דארפמען זיך ניט פירן מיט אזא סדר, שטעלן עם תנאים, אז עס וועט מקוים ווערן יענער ענין, וועט מען דענסטמאל געבען צדקה, א איד פירט זיך אין א פארקערטען סדר, פריער גיט מען צדקה און דערנאך בעט מען בא השי"ת ניט אלס באדינג נאר אלס בקשה וואס ער ברוך הוא איז עצם הטוב, זאל ערפילען די גוטע הארץ פארלאנג און האבענדיק דעם שטארקען בטחון אין דעם, זעהט מען דאס דענסטמאל אויך מיט די פליישיגע אויגען ובקרוב, און האפענטליך וועט איר געפינען די פאסענדע ווערטער צו ערקלערען איר דאס אויבען געזאגטע.

בברכה צו גוטע בשורות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר