Letter # 2685

כ"ט אייר, תשי"ד

2685 - I am shocked that you would put your children in an anti-religious school.

It is well known the self-sacrifice people had to send their children to schools with authentic Jewish spirit. As a Rabbi you need to influence your community.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ט אייר, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

עס איז ערהאלטען געווארען אייער בריף פון ט"ז אייר אין וועלכען איר שרייבט אז עס איז שווער צו אויפשטעלען א בית ספר אדער א חדר פון חרדים און דעריבער לערנען די קינדער אין די ערטער וועלכע זיינען נגד דת ישראל.

הנה נבהלתי צו לייענען אזא ידיעה, אין דער צייט ווען עס איז אלעמען באוואוסט די מסירת נפש וואס אידען האבען געהאט אויף דעם אז זייערע קינדער זאלען האבען א חינוך אזא וועלכער זאל זיין, ניט נאר ניט קעגען דת ישראל, וואס דאס קען מיינען אז מען קען זיך באנוגענען מיט א נייטראלען חינוך, נאר האבען געלייגט כחות ביז מסירת נפש אז דער חינוך זאל זיין דוקא אין רוח דת ישראל, און בפרט לויט ווי איר שרייבט אז איר זייט דער רב פון דעם כפר, וואס די פאראנטווארליכקייט פון א רב איז דאך ניט נאר אויף צו פסק'נן שאלות ווען מען קומט פרעגען, נאר דער עיקר איז דאך צו משפיע זיין אויף דער קהלה אז זיי זאלען וויסען אז מען דארף פרעגען שאלות. אין אנדערע ווערטער, אז זיי זאלען וויסען אז די נשמה פון יעדער אידען איז געשטאנען באם בארג סיני און האבען אנגענומען די תורה בהקדמת נעשה לנשמע, און האבען מקבל געווען מפי הגבורה דעם ציווי פון אנכי הוי' אלקיך וועלכער איז כולל אלע רמ"ח מצות עשה, און דעם ציווי לא יהי' לך אלקים אחרים וועלכער איז כולל אלע שס"ה מצות לא תעשה. און השי"ת זאל אייך מצליח זיין אין דער ארבעט, און בפרט אין די טעג פון הכנה צו מתן תורה וואס די אלע ענינים וועלכע זיינען געווען בא מתן תורה ווערען נתעורר יעדער יאר אין די טעג.

בברכה.