Letter # 2683

כ"ח אייר, תשי"ד

2683 - You have experienced yourself that things worked out so well that you were sorry you worried.

Be strong in your trust that everything Hashem does is for the good.

ב"ה, כ"ח אייר, תשי"ד

ברוקלין.

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ל"ח לעומר און אויך די ידיעה דורכן טעלעפאן.

עס איז מיר א וואונדער אויף אים, אז חאטש איר האט געזעהען אין אייער פערזענליכען לעבען און על אחת כמה וכמה אין דעם לעבען פון אנדערע נפלאות השי"ת, און צייטענווייז אפילו ווען עס האט זיך ניט געזעהען קיין עצה איז דאך דער מצב געענדערט געווארען צום גוטען אויף אזויפיל אז מען האט זיך געוואונדערט און מצטער געווען פארוואס מען איז געווען פריער אין א מרה שחורה. און עס איז ידוע דער פתגם החכם, אשר העבר הוא מלמד העתיד, ובמילא דארף מען זיין שטארק אין בטחון אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, און במשך הזמן איז מען זוכה צו א העכערע דרגה אז גם זו לטובה (אז דאס אליין איז א טובה און ניט נאר א סיבה לטב, ווי עס איז ידוע דער הפרש צווישן דעם סיפור דכל מה דעביד רחמנא לטב עביד (ברכות ס, ע"ב) און דעם סיפור פון גם זו לטובה (תענית כא, ע"א))...

המחכה לבשו"ט וחותם בברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.