Letter # 2667

כ' אייר, תשי"ד - מוה"ר אהרן שי' הכהןכ"ץ

2667 - We are obligated in all the mitzvoth, the difference is from where to begin.

There are different emphasis for different occupations.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ' אייר, תשי"ד

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר אהרן שי' הכהן[1]

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך אייער ברודער הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה מוה"ר יעקב שי' הכהן, ער שרייבט מיר אבער ניט קיינע פרטים וועגען אייך און איך האף אז אויך דאס וועט איר מיר מודיע זיין.

און השי"ת זאל אייך מצליח זיין אז דאס זאל זיין נאר גוטע בשורות וועגען זיך און אויך וועגען אייער השפעה אויף אייער אומגעבונג אויף צו מקרב זיין אידען לאבינו שבשמים יעדערען נאך זיין אופן נאך. ווארום תורה ומצות זיינען פאר אלע אידען גלייך מדארף אבער צו האבען א פאסענדע פאר עם התחלה אין דעם. איז ער א סוחר דארף ער האבען געוויסע אפגעשטעלטע צייטען אויף לערנען און דער עיקר עבודה זיינע איז אין ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט מסחר, געבען צדקה, זיין אפגעהיט פון השגת גבול, גזילה וכו'.

און די וועלכע זיינען מיט א כלי קדש שטעלע ווי א רב שו"ב מלמד אדער ישיבה תלמידים דארפען אויך געבען צדקה און זיין אפגעהיט פון השגת גבול גניבה וכו'.

און דער עיקר ארבעט זייערע איז צו זיין אפגעהיט אין לערנען תורה און עבודת התפלה און נאך אזעלכע ענליכע חילוקים בא פערשידענע קלאסען מענשען, חאטש ווי געזאגט פריער זיינען אלע אידען מחויב גלייך אין אלע מצות, אן קיין שום אויסרייד אז די מצוה וויל ער יע און די אנדער מצוה איז עם שווער און וויל יוצא זיין מיט א אנדערער.

פון דעם איז פארשטענדליך אז דער וועלכער האט א רעדנער קראפט אדער בכל בעשאנקען מיט איינפלוס אויף באקאנטע און פריינד מוז זיין עבודה זיין צו אוועקגעבען זיך אויף פראפאגאנדע צו מאכן זיי פאר אידען לומדי תורה ומקיימי מצות.

און וויבאלד אז מען מאנט דאס פון א אידען, איז זיכער אז השם יתברך גיט כחות אויף דעם צו קענען דאס אויספירען, און צאלט פאר דעם מיט ברכה והצלחה אין דעם וואס מען נויטיגט זיך אליין און די פאמיליע שיחיו און השי"ת זאל אייך מזכה זיין צו אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען דערמאנטע.

בברכת הצלחה. 

  1. 1 כ"ץ