Letter # 2659

ט"ז אייר, תשי"ד

2659 - When you do someone a favor, you end up with a bigger favor yourself.

When you help someone spiritually, you get Hashem’s help with your own struggles and private matters to go from strength to strength.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ט"ז אייר, תשי"ד

ברוקלין. 

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען דיין בריף פון אנהויב וואך, אין וועלכען דו שרייבסט אז דו האסט אנגעהויבען טאן אין א מסיבת שבת וועלכע איז ארגאניזירט געווארען דורך די אנשי ליובאוויטש.

ווארום אז מען טוט א טובה וועלכע טובה עס זאל ניט זיין מיט א צווייטען זאגען אויף דעם רבותינו זכרונם לברכה יותר ממה שבעל הבית עושה עם העני, העני עושה עם בעל הבית, און ווען די טובה איז א רוחניות'דיקע, וואס מען איז מקרב לאבינו שבשמים לתורה ולמצות, איז די טובה וואס מען באקומט אליין דורך דעם נאך פיל פיל גרעסער, און בפרט דריקט זיך דאס אויס אין דער ברכה פון השם יתברך אז ער העלפט דעם וואס טוט די טובה ברוחניות אז ער אליין זאל זיך קענען אויפפירען לויט דער פאדערונג פון תורתנו הק' אן שטערונגען און אויך אין די פריוואטע ענינים זיינע זאל ער שטייגען מחיל אל חיל.

און השם יתברך זאל דיר העלפען אז דו זאלסט טאן אין דער אויבען דערמאנטער מסיבת שבת מיט א איבערגעבענהייט וואס עס ווערט ערווארטעט פון א אידישער טאכטער און זאלסט מצליח זיין אין דעם צו זעהען גוטע פעולות פון דיין ארבעט אין דעם און זאלסט קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דעם און אויך פון דיין הצלחה אין דיינע לימודים און מעשים בכלל.

בברכת הצלחה. 

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א 

מזכיר

נ.ב...

בקשתי - איבערגעבען א גרוס צו די וועלכע באטייליגען זיך מיט דיר אין דער ארבעט און אויך איבערגעבען זיי דעם אינהאלט פון דאס אויבען געשריבענע און ווינש זיי אלעמען ברכה והצלחה.