Letter # 2639

ז' אייר, תשי"ד - מוה"ר דוד שי' טננהויז

2639 - Explain to the Rabbi that to connect to the Rebbe’s you must study their teachings.

Start with the Tanya.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ז' אייר, תשי"ד

ברוקלין.

הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר דוד שי'[1]

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון ח"י לעומר בקשת ברכה פאר הרב... שי', און ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועל איך עם מזכיר זיין לרפואה קרובה.

אבער איר דארפט עם ערקלערען, און זיכער וועט איר געפינען די פאסענדע ווערטער צו דעם, אז די נשיאים רבותנו הק' האבען מערערע מאל געזאגט אז דער פארבונד מיט זיי איז דורך זייער תורה, וכמאמר אסתכל באורייתא וברא עלמא, וואס די כוונה איז אויף דעם עולם בכללות, איז אין דעם נכלל אויך דעם עולם קטן וואס איז דער אדם, במילא וואלט ער באדארפט גלייך באשליסען, און דערנאך אויך טאן צו האבען א קביעות אין לערנען די תורת הנשיאים וועלכע איז א חלק פון תורתנו הק' וועלכע איז געגעבען למשה מסיני, און זאל אנהויבען פון לערנען תניא, וואס זיכער וועט איר קענען מייעץ זיין עם אין דעם,

ויהי רצון אז לאריכות ימים ושנים טובות זאל הרב הנ"ל לערנען תורת הנגלה ותורת החסידות...

בברכה המחכה לבשו"ט. 

  1. 1 טננהויז