Letter # 2637

ז' אייר, תשי"ד

2637 - Your recovery was a miracle so you should show your appreciation to Hashem.

Put on a full Sheitel and make a public sanctification of Hashem’s name. Encourage a Mecitzah at the wedding.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ז' אייר, תשי"ד

ברוקלין.

ברכה ושלום!

מיט אייניגע וואכען צוריק האט השי"ת געוויזען זיין חסד אין דעם וואס עס האט געטראפען מיט אייך וואס מען קען דאס אנרופען מיטן נאמען נס נארמאלערהייט דארף דאס ארויסרופען דאנקבארקייט צו השי"ת וועלכער איז דער רופא כל בשר ומפליא לעשות. און דער דאנק דארף זיך אויסדריקען אין דעם וועג וואס השי"ת וויל, און זיין ווילען איז דייטליך אנגעזאגט געווארען צו אלע אידען אן אונטערשייד פון מאן און פרוי אין זיין הייליקער תורה. און דעריבער האב איך געהאפט אז דאס וועט ערוועקען בא אייך א ווילען צו אנטאן א גאנצען פארוק-שייטעל; וואס מיט דעם איז מען מקדש השם ברבים, און אויב עס דאכט אז עס איז שווער, איס דאך דער דאנק אויסדרוק צו השם יתברך דערמיט נאך גרעסער, במילא דארפמען דאס טען נאך מיט מער שמחה.

איך האב אויך געהאפט אז אויך בנוגע צו אנדערע וועט זיך אויסדריקען אייער דאנקבארקייט צו השי"ת לויט ווי ער - ברוך הוא - פאדערט אין זיין תורה הק' צו איינווירקען אויך אויף אייער אומגעבונג אז זיי זאלען זיין מער אידישער און בפרט אין זאכען וועלכע ווערן געטאן בפרהסיא, ד.ה. אז מערערע מענשן זעהען דאס.

עס האט מיר דעריבער זייער געוואונדערט דער קלאנג וואס האט דערגרייכט צו מיר, אז דער נס וואס האט פאסירט מיט אייך, איז אנגענומען געווארען ווי א נארמאלע ערשיינונג, און ניט נאר אז דאס האט ניט מיטגעבראכט קיין דאנקבארקייט און אנערקענונג פון חסד השי"ת צו ווערען אליין ווארימער און נעהענטער צו אידישקייט, נאר מען ניצט נאך אויס דעם איינפלוס וואס מען האט אויף נאהענטע אז זיי זאלען זיך געגען שטעלען דעם שולחן ערוך, אז ווען מען גייט חתונה מאכען א טאכטער וואס א חתונה איז דאס א פונדיישאן אויף דעם גאנצען לעבען, זאל מען וועלען טאן דאס פארקערט ווי עס זאגט השם יתברך אין זיין שולחן ערוך. און מורא האבענדיק טאמער וועט די כלה אליין יע וועלען טאן ווי דער שולחן ערוך הייסט, זוכט מען צו איינווירקען אויף די עלטערען אז זיי זאלען טאן פארקערט פון דעם שולחן ערוך, און דאס איז די דאנקבארקייט נאך דעם נס וואס השי"ת האט געטאן.

איך וויל האפען אז דער קלאנג איז ניט ריכטיג און עפעס שטימט ניט. אבער אזוי ווי דער קלאנג איז אנגעקומען צו מיר און יעדער זאך איז דאך בהשגחה פרטית, געפין איך פאר מיין חוב צו שרייבען די אויבענדערמאנטע שורות און איך האף אז איך וועל באקומען פון אייך א גוטע בשורה, אז איר האט שוין אנגעטאן א פולען פארוק אמווייניגסטן פון היינט אן און ווייטער לויטן מנהג פון אידישע כשר'ה טעכטער און אויך אז איר נוצט אויס אייער איינפלוס צו איינווירקען אויף אייער סביבה בכלל אויף אויף אייער נאהענטע בפרט אז זיי זאלן זיך אויפפירען לויט ווי דער שולחן ערוך ווייזט אן און השם יתברך זאל אייך באגליקען.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א 

מזכיר