Letter # 2633

None

2633 - Make fitting vessels to receive the blessings. We are all believers’ sons of believers.

Even if we occasionally forget our G-dly soul reminds us. My father in law will arouse great mercy to fulfil all the needs of the people you mention.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ד' אייר, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה! 

עס איז מיר אנגעקומען א פ"נ בקשת ברכה פאר אייך און אייער פאמיליע שיחיו, און ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך לייענען דעם פ"נ, און זיכער וועט ער מעורר זיין רחמים רבים פאר יעדערן וועלכען איר דערמאנט אין דעם פ"נ דעם וואס ער נויטיגט זיך.

זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אז בכדי צו אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך יעדערער אין זיין ענין, דארפמען מאכען די פאסענדע כלים צו דעם וואס דאס זיינען די ענינים פון תורה ומצות. און וויבאלד הקדוש ברוך הוא מאנט דאס פון יעדער אידן, איז זיכער אז ער - ברוך הוא - האט געגעבען די מעגליכקייט און די כחות אויף צו מקיים זיין דאס. און עס ווענדעט זיך נאר אן דעם גוטען ווילען פון יעדער איינעם באזונדער. און עס איז פארשטאנדיק אז דער געדאנק אז אמעריקא איז אנדערש איז דאס א דיעה פון כפירה ר"ל. און דער וועלכער גלויבט, אז הקב"ה איז דער באשעפער פון דער גאנצער וועלט און איז דער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט, וואס בא אידען מאמינים בני מאמינים איז דאך בא זיי ניטא קיין שום ספק אין דעם, און אויב אפילו אז אויף א קליינע צייט פארגעסטן אויף דעם, דערמאנט דער נפש האלקית וועלכע איז פראן בא יעדער אידען, וועגען דעם. און ווען מען הערט זיך נאר צו העלפט השי"ת אז מען קומט איבער די פארפירעניש פון דעם יצר הרע און מען פירט זיך אויף ווי א איד דארף זיך אויפפירען, וואס נאר דענסטמאל קען מען זיין זיכער צו באגליקט ווערען סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. און השי"ת זאל אייך העלפען צו האבען אמת'ן נחת פון אלע אייערע קינדער און אייניקלעך און אויפנעמען דאס מיט גוטען געזונט בגשמיות וברוחניות.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נ.ב. 

זיכער זאגט איר תהלים יעדער טאג נאכן דאוונען און גיט אויך א פאר מאל א וואך אויף צדקה לכל הפחות עטליכע סענט והשי"ת יצליחו.