Enjoying this page?

יא סיון - Sivan 11

 יא סיון

משיחות אאמו"ר: אין דער עבודה פון עבודת ה' ע"ד החסידות, זיינען פאראן אלע מדריגות ... די דרגא פון מת באדארף קיין סך הסבר ניט האבען. עס איז אבער אויך פאראן - ת"ל [=תודה לא-ל] - תחית המתים אין עבודה רוחנית. א מת איז קאלט עס איז ניטא אזא קאלטע זאך ווי שכל הטבעי און שכל אנושי, און ווען דער שכל הטבעי פארשטעהט א השגה אלקית און די מדות שבשכל ווערען נתפעל און גערירט פון דעם געשמאק שכלי, איז דאס דער אמת'ער תחית המתים.